בית פורומים כל העולם כולו

גערעגטע פסק פון דער ריכטער קעגן די זאליס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2008 21:28 לינק ישיר 
גערעגטע פסק פון דער ריכטער קעגן די זאליס

די וואך אין בלאט פעידש 89 איז איבערגזעצט אין יודיש די פסק פין רוכטער עמבראסא
איבער די נכסים פין די קהלה

סאיז א געשמאק צי ליינען וויאזוי די ריכטער האקט אריין שטיקער אין די זאליס
פארוואס זיי האלטן אין איין משוגע מאכן די קארט נאך דעם וואס באראש האט קלאר
געזאגט אז די געריכט קען זיך נישט אריין מישן

אויך שרייט ער אהן די זאליס פארוואס זיי האבן עם נישט געזאגט אז זיי האבן שוין א פאר מאל
געטרייט אריין צו געבן די זעלבע קלאגע אין קוירט אבער קיין שום ריכטער האט נישט געוואלט
פסקנען לטובת זיי

יעדער דארף עס ליינען נאר צי זען ויאזוי די זאליס געוונען אלעמאל
ביי די זאליס קען מען זאגן: נפול געוונען תפול נאך א מאל געוונען



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 01:10 לינק ישיר 

 באקומען און אי מעיל


בס"ד

סופּרים קאורט פון ניו יארק סטעיט, קינגס קאונטי

 

אינדעקס נומער: 25586-2006

אקציע נומער 3

 

קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר אינק., דזשענאו (יאנקל) כהנא, שאול פּערלשטיין און יעקב שעהנפעלד,

אנקלעגער,

 

- אנטקעגן -

 

בערל פריעדמאן, יצחק ראזנבערג, שמואל אבערלענדער, דוד עקשטיין, דוד מארקאוויטש, אלישע האראוויץ, בנציון ווערצבערגער, דוד הויער און צענטראל קהל יטב לב ד'סאטמאר אינק.,

אנגעקלאגטע.

 

די דריטע אקציע פון קאנגרעגעישאן יטב לב ד'סאטמאר, אינק., דזשענאו כהנא א.א.וו. קעגן בערל פריעדמאן א.א.וו. איז אריינגעגעבן געווארן אין געריכט דורך די כהנא גרופּע קורץ נאכ'ן פּסק וואס איז ארויסגעקומען דורך דער אפּעלאט דיוויזיע איבער דעם וואלן-קעיס. אין דעם פאל האבן די אנקלעגער פארלאנגט פונעם געריכט אז עס זאל פאר זיי נאכגעגעבן ווערן די פאלגנדע זאכן: (1) דעקלאראטארי דזשאדזשמענט (ד.ה. אז דער ריכטער זאל דערקלערן ווערן ס'איז בעה"ב); (2) אינדזשאנקטיוו ריליף (אז דער ריכטער זאל פארבאטן פאר'ן צד שכנגד צו טאן געוויסע זאכן); (3) דעקלארטארי דזשאדזשמענט אונטער דעם ריעל פּראפּערטי געזעץ 329; (4) טרעידמארק אינפרינדזשמענט (הסגת גבול) און אומ'יושר'דיגן קאנקורענץ; (5) אומגעזעצליכער באנוץ פון רעליגיעזער קארפּאראציע נאמען לויט'ן אלגעמיינעם ביזנעס געזעץ 397; (6) אומגעזעצליכער באנוץ פון א קארפּאראציע נאמען לויט דעם אלגעמיינעם ביזנעס געזעץ 133; (7) אקאונטינג; און (8) קאנווערשאן.

די הויפּט טענה פון כהנא איז אז לויט ריכטער באראש'ס לעצטער אורטייל איז די כהנא גרופּע געבליבן אין פולשטענדיגן קאנטראל פון אלע נכסים און טאג-טעגליכן סדר היום פון די קאנגרעגעישאן, און די פריעדמאן גרופּע האט נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אדער שטערן די אקטיוויטעטן. זיי האבן באזירט זייער טענה אויף די פאלגנדע ווערטער אין באראש'ס אורטייל:

"וויבאלד דער גרענד רבי האט נישט געגעבן קיין שום אנדייטונג אז ער האט אן אנדערע מיינונג, לאזט דאס געריכט איבער אין קראפט דעם 'סטאטוס קווא' בשייכות מיט די טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן פון די קהלה און אירע אינסטיטוציעס, ביז דער גרענד רבי אדער אן אנערקענטער גייסטליכער טריבונאל פּסק'עט אנדערש."

די כהנא גרופּע טענה'ט אז די דאזיגע ווערטער אינאיינעם מיט די עלף אורטיילן וועלכע זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך ריכטער באראש און די אפּעלאט דיוויזיע, בשייכות מיט דעם 'וואלן קעיס' און א בשייכות'דיגע קעיס, וואס איז געברענגט געווארן פאר ריכטער ראזנוואסער אין ארענדזש קאונטי, באשטעטיגן אז די כהנא גרופּע איז אן קיין שום צווייפל איבערגעלאזט געווארן אין פולן קאנטראל פון די קאנגרעגעישאן. די אנקלעגער טענה'ן אז דאס געריכט מעג זיך אריינמישן און ארויסגעבן א פּסק אין די אנקלאגע, וויבאלד זיי פּרובירן בלויז צו אינפארסירן פריערדיגע געריכט אורטיילן וועלכע האבן זיי איבערגעלאזט אין קאנטראל און האבן פארבאטן פאר די פרידמאן גרופּע צו רעפּרעזענטירן די קאנגרעגעישאן.

די אנקלעגער טענה'ן אזוי אויך אז זיי זענען אין פולן קאנטראל פון די טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן פון די קאנגרעגעישאן, אמווייניגסטנס זינט 01' און דעריבער קענען די ווערטער "סטאטוס קווא" אין ריכטער באראש'ס אורטייל בלויז באדייטן אז זייער גרופּע איז די איינציגסטע קערפּערשאפט וואס איז אויטאריזירט אנצופירן די קאנגרעגעישאן. די טענה פון כהנא אז זיין גרופּע איז די איינציגסטע וואס איז אין קאנטראל פון די קאנגרעגעישאנ'ס נכסים און אייגנטום ווערט אבער קאטעגאריש אפּגעלייקנט דורך די פריעדמאן גרופּע.

די אנקלעגער האבן פארלאנגט אז דאס געריכט זאל ארויסגעבן א צייטווייליגן באפעל צו פארבאטן פאר די פריעדמאן גרופּע אנצוהאלטן קאנטראל אויף די נכסים און אייגנטום פון די קאנגרעגעישאן און זיך צו דערקלערן אלס די לעגאל-ערוויילטע באורד פון די קאנגרעגעישאן. די אנגעקלאגטע האבן אריינגעגעבן א קאנטער-פארלאנג אז דער פארלאנג פון די אנקלעגער זאל ארויסגעווארפן ווערן, אויפ'ן סמך אז דאס געריכט קען זיך נישט אריינמישן און פּסק'נען איבער דעם נושא. ווי פארשטענדליך טוט די פריעדמאן גרופּע אינגאנצן אנדערש אויסטייטשן דעם באדייט פון "סטאטוס קווא" אין ריכטער באראש'ס אורטייל. זיי טענה'ן אז "סטאטוס קווא" מיינט אז דער סכסוך איז נישט געלייזט געווארן און וועט נישט געלייזט ווערן ביז ווילאנג דער גרענד רבי אדער אן אנדערע רבני'שע אויטאריטעט דערקלערט עפּעס אנדערש. די אנגעקלאגטע ווייזן אויך אן אויפ'ן פאקט אז די כהנא גרופּע האבן אריינגעגעבן דעם זעלבן פארלאנג פאר ריכטער באראש, אז זיי זאלן דערקלערט ווערן אין קאנטראל אבער ריכטער באראש האט ארויסגעווארפן זייער פארלאנג אין זיין ענדגילטיגן אורטייל. פריעדמאן ווייזט אויך אן אז ענליכע פארלאנגען פון די אנקלעגער זענען ארויסגעווארפן אמווייניגסטנס זיבן מאל דורך די אפּעלאט דיוויזיע, א פאקט וואס די כהנא גרופּע האט אויסבאהאלטן ווען זיי האבן אריינגעגעבן דעם יעצטיגן פארלאנג צום געריכט.

די אנקלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין געריכט איז נישט מער פון נאך א פארפירערישן פארזוך פון איינע פון די גרופּעס אריינצומישן דאס געריכט אין א נושא וואו זי קען זיך נישט אריינמישן. אויב וואלט דאס געריכט נאכגעבן די פארלאנגען פון די כהנא גרופּע, ווי למשל צו דערקלערן אז זיי זענען פולשטענדיג אין קאנטראל, וואלט דאס באדייט אז דאס געריכט וואלט געפּסק'עט קעגן די קלארע אורטיילן פון די אפּעלאט דיוויזיע און דער קאורט אוו אפּיעלס, אז סעקולערע געריכטן קענען נישט דערקלערן וועלכע באורד ס'איז אויטאריזירט אנצופירן די קאנגרעגעישאן און איר צו פארטרעטן. דא איז אין פּלאץ איבערצו'חזר'ען די ווערטער פון די אפּעלאט דיוויזיע: "דער סכסוך איבער ווער ס'איז דער ריכטיגער באורד פון די קאנגרעגעישאן ... קען נישט באשלאסן ווערן דורך די נאטירליכע פּרינציפּן פונעם געזעץ." נאכמער, דער קאורט אוו אפּיעלס האט פעסטגעשטעלט אז ארויסגעבן א פּסק איבער דעם סכסוך צווישן די צוויי גרופּעס וועט צווינגען דאס געריכט צו מוזן אריינרעדן אין רעליגיעזע געזעצן.

די כהנא גרופּע האט אויך פאלש אויסגעטייטשט ריכטער באראש'ס אורטייל. ריכטער באראש האט ארויסגעווארפן דעם וואלן-קעיס וויבאלד דאס געריכט קען נישט ארויסגעבן א פּסק איבער די אישו. נאכ'ן קומען צו אזא מסקנא איז שוין נישט מעגליך פאר א ריכטער ארויסצוגעבן אן אורטייל איבער די נושא. ריכטער באראש האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן קיין פּערמאנענטע 'סטעיס' קעגן איין גרופּע אדער די אנדערע. ער האט נאר אנערקענט אז אין דער צייט ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל איז דער גרענד רבי נאך אלץ געווען ביים לעבן און לויט די שטאטוטן פון די סאטמארע סעקטע האט בלויז דער רבי געקענט פעסטשטעלן ווער ס'מעג זיין אויף דעם באורד און ווער ס'קען זיין זיין נאכפאלגער. ביים ארויסווארפן דעם וואלן קעיס האט ריכטער באראש נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו דערקלערן אז איין גרופּע אדער די אנדערע איז די לעגאל-ערוויילטע באורד פון די קאנגרעגעישאן וואס איז ערלויבט אנצופירן מיט אירע אקטיוויטעטן. עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז בשעת ריכטער באראש האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל, האט ער געהאט פאר זיך אן ענליכן פארלאנג פון די כהנא גרופּע אין וועלכן זיי האבן געבעטן פון אים די זעלבע זאכן וואס זיי בעטן איצט. ריכטער באראש'ס אורטייל איז געווען געשריבן מיט אזא קלארן פעדער אז ס'איז נישט פאראן קיין שום צווייפל אז ער האט גוט פארשטאנען די אישוס אין יענעם קעיס און ער האט ארויסגעשריבן זיין מיינונג. ער וואלט ווען געקענט אויסקלייבן איין גרופּע איבער די אנדערע אבער דער פאקט איז אז ער האט דאס נישט געטאן.

למעשה האט די אפּעלאט דיוויזיע אויך ארויסגעווארפן ענליכע פארלאנגען וואס די כהנא גרופּע האט אריינגעגעבן אין עטליכע פעלער, אנווייזנדיג אויף די קליינע שאנסן וואס ס'איז פאראן אז זייער אנקלאגע זאל זיין סוקסעספול. דאס וויכטיגסטע געשעעניש וואס האט פּאסירט זינט די דאזיגע פארלאנגען זענען ארויסגעווארפן געווארן איז געווען די אומצוויידייטיגע דערקלערונג פונעם קאורט אוו אפּיעלס, אז די ציווילע געריכטן קענען נישט באשליסן ווער ס'זאל פירן די קאנגרעגעישאן.

און לגבי דעם וואס די אנקלעגער פארלאזן זיך אויף אומצאליגע צייטווייליגע אורטיילן וואס ריכטער באראש און די אפּעלאט דיוויזיע האבן ארויסגעגעבן אין וועלכע זיי האבן געשאנקען אויטאריטעט פאר ספּעציפישע מיטגלידער פון די כהנא גרופּע צו קאנטראלירן געוויסע אספּעקטן פון די קאנגרעגעישאנ'ס אקטיוויטעטן, אזוי לאנג ווי דער געריכטליכער קעיס גייט אן, איז אבער וויכטיג צו געדענקען אז די דאזיגע אורטיילן זענען געווארן אומפעליג ביי די ענדגילטיגע אורטיילן וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך ריכטער באראש, די אפּעלאט דיוויזיע און, וויכטיגער פון אלעם, די קאורט אוו אפּיעלס.

אלס רעזולטאט פון דאס אויבנדערמאנטע ווערן די פארלאנגען פון די אנקלעגער, אז דאס געריכט זאל ארויסגעבן א צייטווייליגן באפעל, ארויסגעווארפן, וויבאלד זיי האבן נישט אויפגעוויזן אז זיי זאלן קענען סוקסעספול געווינען אין געריכט מיט זייערע טענות. די טענות וועלכע זיי האבן אויפגעברענגט אין די אנקלאגע קענען נישט באהאנדלט ווערן דורך א געריכט. פאר די זעלבע סיבה טוט דאס געריכט נאכגעגעבן דער פארלאנג פון די אנגעקלאגטע אז די אנקלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן.

דאס זעלבע איז מיט די אנדערע פארלאנגען און קאנטער-פארלאנגען אין אלע דריי אקציעס פאר'ן געריכט, וואס אלעס ווערט גענצליך ארויסגעווארפן.

דאס איז דער באשלוס און אורטייל פונעם געריכט.

דאטירט: אויגוסט 22, 08'

ריכטער מייקל עי. עמבאראזיא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גערעגטע פסק פון דער ריכטער קעגן די זאליס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext