דער בלאט האט אנגעהויבן א שמוציגע מערכה קעגן UJO בכלל און קעגן ר' משה דוד נידערמאן בפרט
מיט געמיינע אטאקעס וואס איז נאך נישט דערהערט געווארן.
וואס טראכטן זיי אז אזוי וועלן זיי געווינען קעגן UJO?
די שוטים טראכטן אז זיי קענען זיך פארמעסטן מיט די צענדליגער טויזענטער אידן וועלכע וועלן ארויסקומען אין די מאסן שטיצן די קאנדידאטן וואס UJO שטעלט ארויס?
צי דעם דארף מען זיין ריכטיגע פאנטאזירער.
נשלח ב-5/9/2008 04:32
דוד46 כתב:
נישטא א איד אין וויליאמסבורג וואס זאל קענען אנצייגן אז ר' משה דוד האט אים בא'עוול'ט!
דוד'ל די דזשאוק צום צווייטן מאל! חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
נשלח ב-5/9/2008 02:15
אזוי ווי חיים יוסל נידערמאן שמוציגע קאמפיין אין מאנרא
נשלח ב-5/9/2008 02:13
טאקע די שמוציגע קאמפיין וועט אים למעשה העלפן
נשלח ב-5/9/2008 02:09
דוד איך בין אביסל צומישט, פליז מאך אפ וואס איז בעסער, איין מינוט שרייסטו אז משה דוד גייט געווינען וועגען די קאמפיין פון די ארונים, און דערנאך שעלסטו די 'שמוציגע קאמפיין'...
נשלח ב-5/9/2008 02:08
דוד'ל
ענטפער וואס איז די באדייט פין דעם שמוציגען ארטיקל יולי 14 2008 אינעם גאסיפ צייטנוג ניו יארק פאוסט
נשלח ב-5/9/2008 02:05
סקאט
הרב נידערמאן האט נישט גענומען קיין צד "קעגן" די אהרונים, ער האט ענדערש גענומען א צד "לטובת" סאטמאר.
און נאכאמאל: עס שטערט קיינעם נישט אז די אהרונים האבן אייגענע פארטרעטער, עס קען נישט שאטן. וואס קען יא שאטן פאר "יעדן", איז די שמוציגע קאמפיחין וואס זיי פירן. דאס וועט זיי פונקט אזוי שאטן ווי פארקערט וד"ל
ער האט גענומען אן אקטיווער צד אין די סאטמארער מחלוקה, ער ניצט אויס זיינע אלע פראטעקציעס און פארבינדונגען ביי די רעגירונג אינסטאנצן צו אונטערהאקן די אהרונים.
נו וואס פארלאנגסטו פון די אהרויניס? זיי זאלן זיך לאזן טרעטן?
נשלח ב-4/9/2008 23:44
עס איז באמת אז נידערטרעכטיגקייט פון די הפקר יונגען וואס רעכענען זיך בכלל נישט מיט זייער אייגענעם ציבור.
טאג טעגליך קומען אריין אהרונים (און גאר פון די גרויסע קעפ זייערע) אין יו.דזשעי.א. צו ערלעדיגן זייערע אייגענע זאכן און ווערן סערווירט אן קיין שום דיסקרימיניאציע.
נישטא א איד אין וויליאמסבורג וואס זאל קענען אנצייגן אז ר' משה דוד האט אים בא'עוול'ט!
אבער ביי די אהרונים איז ענדערש אז אלעס זאל אונטערגיין ווי איידער נישט זיי זאלן עס פירן!