| נשלח ב-8/9/2008 22:55 |
|
| |
הופער קארנער מארסי...
ס'איז מיר באמת א חידוש, פארוואס קיינער דערמאנט נישט די אישו פון די נייע פובליק סקול אויף הופער קארנער מארסי, יעדער איז פארנומען מיט אנדערע סקאנדאלן, אבער מיט דעים פראבלעים קימערט קיינער זיך נישט!
איז אויב קיינער רעדט נישט פון דעם פראבלעים, וועל איך מוזן ארויסברענגען דעים ווייגעשריי פון די ארומיגע איינוואונער!
טייערע ברודער, ווען איר גייט ארויס שטימען די וואך דינסטאג, האט אינזין אז אייערע ברודער פון די געגענט פון הופער קארנער מארסי, און די שכנים ארום, בלוטיגען אויף די נייע גויאישע דראפ-אויט סקול וואס איז געעפענט געווארן אין זייער שכינות, דורך די שווערע ארבעט פונעם עוכר ישראל וויטא לאפעז.. און מיט די דירעקטע הסכמה פון מ.ד. נידערמאן.. ווי עס האצעך אויסגעדריקט דער אנפירער פון די על פאנטע ארגענעזעישען, פאר איינע פון די איינוואונער, וואס האט פראבירט אפשאפן די שווערע גזירה, כ'האב שוין געפרעגט נידערמאן פאר דריי יאר צוריק צו די קאמיוניטי האט א פראבלעם מיט די סקול, און ער האט מיר פארזיכערט אז נישט!!
כ'וויל אבער קלארשטעלן פארן ציבור, קיינער זאל נישט קלערן אז אויב דניאל סקוואדראן גייט געווינען בע"ה, גייט די סקול ווערן פארמאכט א טאג נאכדעים, נאר היות נידערמאן האט געגעבן זיין הסכמה פאר דעים פראדזשעקט "בשם די וויליאמסבורגע איינוואונער" ווילען מיר מעלדן פאר אלע פאלעטישען'ס, "נידערמאן איז נישט אונזער פארטרעיטער"!
דעריבער גייט ארויס שטימען דעם דינסטאג, און לאזט וויסן פאר דעי וואס דארפן וויסן, "מיר זענען נישט הפקר" מיר זענען נישט די אייגענטום פון וויטא לאפעז"
שטימט קעגן זיינע קאנדידאטן, דורעך שטימען פאר "דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענעטער!
ס'איז נישט קיין חילוק צו ער גייט געווינען צו נישט, אונזער ווייגעשריי דארף געהערט ווערן!
געדענקט! יעדע שטימע וועט "שטארק" געהערט ווערן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 00:07 |
|
| |
אזוי ווי דער אשכול האלט שוין ביים אראפ-פארן, ווילעך נאכאמאל בעיטן דעים עולם, נעמט דאס נישט גרינג! האט רחמנות אויף אייערע קינדער, קען זיין אז איר וואוינט נישט אין די געגענט און איר פיהלט דאס נישט, אבער אויב איר גייט נישט ארויס וואוטען פאר דניאל סקוואדראן, זאלט איר וויסן איר זענט נישט פארזיכערט!! וויטא לאפעז שטייט און קוקט, און וויל זעהן וויזוי מיר לאזן זיך פירן ביי די נאז!! און ער וועט ביי די ערשטע געלעגענהייט אויך חרוב מאכן אייער געגענט!
געדענקט! אויב איר שטימט נישט פאר סקוואדראן, איז דאס פונקט ווי א שטימע פאר דעם עוכר ישראל וויטא לאפעז!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 00:08 |
|
| |
לאפעז וועט עס חרוב מאכן אזוי ווי קרית יואל אדער ארגער?...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 00:12 |
|
| |
דוד'ל, כאנישט געגלייבט אז אין דעים אשכול וועסטע אויך רעדן שטיתים, אין די צייט וואס צענדליגע משפחות פון דעם געגענט בליטיגען!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2008 06:35 |
|
| |
און אצינד וועלעך נאכאמאל ארויפברענגען דעים אישו, ווייל כ'האב היינט נאכאמאל גערעדט צו א איינוואונער פון די געגענט, ער זאגט אז ס'איז זייער ווייטאגלעך, אבער ליידער א פאקט!
די סקול וואס איז צושטאנד געקומען א דאנק וויטא לאפעז איז שוין אפען! און ס'איז שוין אויך ליידער געווען א אינצידענט וואס מ'דארף נישט שרייבן דערפון.
טייערע ברודער, אויב האט איר נישט רחמנות אויף די איינוואונער פון הופער ביי מארסי און די גלילות, האט רחמנות אויף אייער עתיד.
גייט ארויס שטימען פאר דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטער, און ווייזט פאר וויטא לאפעז אז ער איז נישט אונזער פאסטוך און מיר זענען נישט זיינע שעפעלעך!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2008 06:02 |
|
| |
מיין חבר וואס וואוינט אויף הופער ביי מארסי האט מיר געוויזן א אינטערעסאנטע זאך, אויף די לינק וואס איינער האט פריער ארויפגעלייגט, קען מען זעהן אין יעדע שטום בודקע וויפיל וואוטס ס'איז געגאנגען פאר יעדן קאנדידאט, און אלע געגענטער האט קאננער געהאט מער, אבער ביי זיין געגנט (הופער מארסי) אין די 52סטע עלעקשען דיסטריקט, (ED) אויב איר וועט קוקן אויף די א.ד. ספרעד שיט, וועט עטץ זעהן אז אין יענע בודקע איז געווען מיט איינס א חילוק פון קאננער ביז סקוואדראן, כאטש ס'איז דא אויף יענע גאס א פאר בילדונגס מיט ספאנישע, וואס ווי באקאנט זענען זיי זייער שטארק געגאנגען פאר קאננער אלס הכרות הטוב פאר לאפעז, אבער די יודן פון יענע גאס, וואס זעהן זידן טאג פאר די אויגן די נייע סקול, זענען ארויסגעקומען שרייען, פון אלע פארטייען, וויטא לאפעז "שכוח" פאר די נייע סקול! און דארט האט סקוואדראן די שטערקסטע אנגעצויגן פון אלע עלעקשען דיסטריקס פון וויליאמסבורג!
|
|
|
|
|