די זאלי'ס זענען שרעקליך צושפילט פון דאס וואס גייט פאר יעצט ביי די וואלן ווען זיי ציטערען פאר זייער לעבן אז עס ווועט ענדליך געוויזן ווערן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט די אויסשליסלעכע בעלי בתים פון די שטאט וויליאמסבורג. און זיי טוען אלעס וואס מעגליך אז זיי זאלן נישט פארלירן.
וויילער וואס האבן יעצט געוואלט שטימען פאר דניאל סקוואדראן אין ד פובליק סקול אויף ווילסאן סט. (מער באקאנט אלץ PS 16) זענען ערשטוינט געווארן צו זעהן אז זיי טרעפן נישט די נאמען אונעם שטום בודקע!
ארויסגעשטעלט האט זיך אז איינער פון די UJO חברה האבן "ארויסגעריסן די נאמען דניאל סקוואדראן פון די שטום בודקע"!!!