און נאך אזאך כמעט אלע פון די נייע רעגערסטירטע שטימערס האבן נישט געקענט שטימען יעצט, די בארד אוו עלעקשאן האט נאך נישט אריינגעלייגט די שטימען.
נשלח ב-10/9/2008 16:21
911זאליס. די סיבה איז ווייל נישט יעדער וואס האט זיך רעזשיסטערט קען וואוטן אין די דיסטריקט. נאר אין אלט וויליאמסבורג האט מען געקענט וואוטן פאר סקוואדראן און דארט איז אסאך א גרעסערער עולם געווען רעזשיסטערט פאר די דרייוו
נשלח ב-10/9/2008 09:16
די פאליטישע וועלט אין ניו יארק שאקעלט זיך!!
אלע זענען אויף מיט די געווינס פון דניאל סקוואדראן, און דאס אז א דאנק א נייע ארגענעזאציע u j care וואס איז אלט אינגאנצען א האלב יאר, האט ארויסגעווארפן דער מאכטפולער סטעיט סענעטער וואס אזי שוין דארט "30 יאר".
די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי איז אויף דערמיט.
11:15 האט דער ניו יארק'ער מעיאר בלומבערג אנגערופען ר' ארי' לייב גלאנץ ני"ו אויף זיין סעל פאן און אים פרעזענדליך גאר שטארק באדאנקט, און ער האט אים געזאגט ראביי גלאנץ איך האב אלס געוואסט אז די קענסט דעליווערן, איצט האסטו מיר דעליווערט די זיג פאר סקאוואדראן, איך וועל דאס געדענקען אויף שטענדיג איך איך וועל גוט באצאלען פארדעם, די מעיאר האט אויך געלאדענט ר' ארי' לייב קיין סיטי האל ווי ער זאל אריבער קומען די וואך ווייל די מעיאר וויל אים באדאנקען פרעזענדליך.
אויך סענאטער טשאק שומער און הילערי קלינטאן האבן אנגערופען פריער ר' ארי' לייב, זיך צו באדאנקען פאר די זיג פון סקוואדראן וואס ער האט דעליווערט.
ר' ארי' לייב איז אויך געווען היינט די קינאט רעדנער ביי די זיג פארטיי פון דניאל סקוואדראן, וואס איז פארגעקומען איצט ביינאכט אין דאנטאן ברוקלין ביי קאנעל סט., אויך האט אים סקוואדראן גאר שטארק באדאנקט ביי זיין רעדע, ער האט געזאגט אז דאס אז איך בין איצט סענעטער איז נאר צו פארדאנקען פאר ר' ארי' לייב!
נשלח ב-10/9/2008 09:16
היכי תימצא די זאליס האבן געגברענגט 4332 נייע וואוטערס אין די ארונים 5318 אין אלע צוזאמען מיט די ספאנישע איז נישט געווען מער ווי 4000 וואוטערס?
נשלח ב-10/9/2008 09:14
אין פאפא האט געהאנגען א גרויסע צעטיל "פארוואס זאלט איר שטימען פאר א גוי סקוואדראן ווען איר קענט וואוטען פאר א איד ר' מרדכי קאנאר שליט"א"
וויל איך דא איינמעלדן אז די אמת'ע נאמבערס וועלן ארויסגעגעבן ווערן דורך די באורד אף עלעקשאנס און זייער בלאף וועט זיך ארויסשטעלן.
נשלח ב-10/9/2008 06:49
נעבעך היינט ביי די חתונה אין קרית יואל אנשטאט נידערמאן זאל אינטערפירן זיין קינד
האבן אים זיינע קינדער אים אינטערגעפירט
נשלח ב-10/9/2008 06:48
אשריכם וויליאמסבורגער איינוואוינער פאר'ן מאכן א קידוש השם און שיקן א מעסעדזש פאר די גאנצע וועלט אז נידערמאנ'ס טעראריסטישע רעזשים איז געקומען צו א ענדע.
און צו נידערמאן: בור כרה ויחפרהו. ווען דו האסט באשלאסן צו שיקן דיין זון חיים יאסל קיין קרית יואל איבערצודרייען איז דיר נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן מיט דיר דעם זעלבן דזשאב אין וויליאמסבורג.
יעצט האבן מיר דיר געוויזן וואס מיר קענען און דאס איז נאר די אנהייב.