אין די מערכה איבער די לולבים, ווערט אין די טעג אויפגעדעקט די שאקירענדער אינפארמאציע איבער אברהם לויפער'ס טונקעלע אקטיוויטעטן אונטערצוברעכן זיין קאמפעטישאן שווארץ אתרוגים.
די רבנים וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט אים, רוב וועלכע באלאנגען צו מהרז"ל, הייבן יעצט אן איינצוזעהן ווי לויפער האט זיי אריין געפירט, דורך פאלשע דאקומענטן און אפענע ליגנ'ס. מיטונגען גייען אצינד אן צווישן די רבנים וויאזוי מען זעט זיך ארויס בדרך כבוד.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען לויפער האט געשיקט 3 טויזענט דאלאר אויף ארץ ישראל מיט א אינגערמאן פון סאטמאר כולל אין וומסב"ג, זאגענדיג אז מען וועט דאס אפנעמען פין אים אין לוד עירפארט, דער אינגעמאן האט געמיינט אז דאס געלט גייט פאר צדקה, אבער ווען ער איז אנגעקומען איז ער אפגעווארט געווארן דורך א פיקאפ טראק מיט 3 קיבוץ'ניקעס, און כאפענדיג א שמועס מיט די חברה האבן זיי פארציילט אז לויפער באצאלט זיי פאר בריוון און דאקומענטן וואס זיי שטעלן צו, אונטערצוברענגן זיין קאמפטעישאן אינאיינעם מיט התאחדות הרבנים.
דער אינגערמאן האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט, ווייל ער איז אליינס איז א חסיד פון מהרז"ל, און ער האט זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס שטייען מיט לויפער, און העפטיגע מיטונגען גייען אן צו מינימיזירן די פראבלעמען וואס ער האט דא אנגעווירטשאפט.
נשלח ב-12/9/2008 02:56
jk2008
קיין רב אסרט נישט קיין לולבי ארץ ישראל פאר בני חוץ לארץ ווייל אין גמרא איז עס מותר.
בסך הכל זאגען זיי אז מען ארבעט דארט אין שמיטה, אין דער רב המכשיר{התאחדות}
זאגט אז נישט.
אז די ווילסט זיך נישט פארלאזען אויפן רב המכשיר פון התאחדות עס גארנישט פון התאחדות
וואס האט דאס פון שמיטה?
נשלח ב-11/9/2008 23:55
איך האב עס נישט געמאכט אין קאמפיוטער, איך האב עס באקומען פון דעם וואס האט עס געמאכט אזוי האב איך מיך געשפארט די טירחא פון סקענען.
זיסקייט שרייבט א צעטל וואס איז היינט געווען אין וויליאמסבורג דאס איז נישט קיין צעטל וואס די האסט געטראפן אויפן גאס מען זעט אז דאס איז געמאכט געווארן אין קאמפיוטער (עס איז נישט געסקענט) דאס איז א צעטל וואס איז היינט געמאכט געווארן אין דיין קאמפיוטער
דריי נישט קיין קאפ פאר קיינעם!!!
שעֶם אָן יָו:זיסקייט, די מאכט פאשקעווילן. פוי!
עס איז חודש אלול!!
תוקן על ידי טאמעטא ב- 11/09/2008 5:58:07
נשלח ב-10/9/2008 22:46
עס איז אפשר א גוטע געלעגנהייט אראפצורייסן אברהם לויפער אבער ס'איז א נארישע סטראטעגיע דאס אריינצולייגן אין חסידות, אברהם לויפער האט זיך ארויפגעכאפט אויף א גוטע טעמע "קדושת שביעית", און למעשה זענען דא אסאך רבנים וואס אסר'ן די ארץ ישראל'דיגע לולבים פאר בני חוץ לארץ, און בעצם האלט איך נישט אז אברהם לויפער איז בעל הבית אויף די אישו, אפילו ער רודערט ארום. ס'איז א ריין רבנישע שאלה, און ס'איז בכלל נישט מעלה אדער מוריד וואס אברהם לויפער פערזענליך האלט.
מען קען נישט פירן מערכות מיט יעדע זאך וואס ער האלט, אויב איז ער פאר מעקיען מוז איך זיין פאר אבאמא?
אויב וויל איך נישט נעמען קיין ארץ ישראל'דיגן לולב איז דאס א זיג פאר אברהם לויפער?