איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אין 2000 האט גאור געהאלטען העכער אין די סטעיט ביי סטעיט פאולס אין אפילו נעשאנעל אין בוש זאל זיין געזינט האט געווינען
נשלח ב-25/9/2008 21:29
אין 00' איז גאור געווען אונטערשטעליג פון בוש זינט די דעבאטעס, ער האט זיך צוריקגעכאפט אפאר טעג פאר די וואלן נאכדעם וואס די מידיא האט ארויסגעלאזט די נייעס אז בוש איז ארעסטירט געווארן פאר'ן דרייוון שיכור. פארט אבער האט ער זיך נישט צוריקגעכאפט גענוג צו קענען געווינען די אילעקטארעל שטימען. (פאפולערע שטימען האט גאור יא געווינען)
רעכטער, לכאורה וועט מעקעינ'ס סוספענדן דעם קאמפיין נאר בעקפייערן, ווייל ער ווערט אטאקירט דורך יעדן איינעם, אז אדרבא, יעצט דארף ער ווייזן וואספארא גוטער פירער ער איז, און נישט ווייזן אז ער אנטלויפט פון היט. צוויי פאולס ווייזן אז רוב אמעריקאנער האלטן אז די דעבאטע דארף ווייטער אנגיין, און די נעכטיגע דעיוויד לעדערמאן שאו האט אים אויך געמאכט אויסקוקן ווי א היפאקריט, ווייל געזאגט האט ער פאר לעדערמאן אז ער קען נישט קומען צו אים ווייל ער דארף צוריקפארן קיין וואשינגטאן, און צום סוף האט אים לעדערמאן געפאקט ביי די מעשה וויאזוי ער גיט אן אינטערוויו אין די זעלבע בילדינג ווי אים פאר קעידי קאריק.
נשלח ב-25/9/2008 22:23
זיסקייט ביסט גערעכט איך האב געמיינט ציזאגען אין אזא צייט ווי יעצט
ער האט נאך געציילטע טעג, ענדערש שעה'ן, איבערצונעמען דעם אויבנאן אין וואשינגטאן און צייגן אז ער שטעלט אהער אמעריקע, אויף סיי וועלכן וועג. אויב וועט אים דאס געלונגען איז ער גאנץ זיכער דער 44'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
יחזקאל אברהם
איך האב אויך געזען וויאזוי מעקעינ'ס קאמפיין האט 'געליינט' די אנקעטע. ניין פוינטס איז ניין פוינטס. די צאל אויסגעפרעגטע דעמאקראטן קען אפשר העכערן אביסל די מארזשין אוו עראר.
אגב, זאגבי האט היינט געזאגט אז מעקעין גייט געווינען מיט אן עלעקטארעל לענדסלייד. ס'האט מיך דערמאנט ווען ער האט פארגעזאגט א טאג אין די וואך פון די 04' וואלן אז קערי גייט געווינען מיט א עלעקטארעל לענדסלייד...