בית פורומים כל העולם כולו

רייניג זיך, דערנאך קום אין מיין קאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/9/2008 18:26 לינק ישיר 
רייניג זיך, דערנאך קום אין מיין קאר

הערשעל איז בטבע א גוטהארציגער איד, ער קען נישט פארנעמען אז א איד זאל האבן צער, אפי' אזא נישטיגע פיין פון זען אידן ווארטן אויף א היטש קיין ב"פ קען ער נישט סובל זיין, דעריבער מאכט הערשעל זיכער אז ער פילט זיך איבער דעם קארעלע זיינעם מיט אידן אז זיי זאלן נישט ברויכן האבן פיס וויי פון אזוי לאנג ווארטן אויף א אויטאמאביל.

היות איך האב נישט אויפגעהאנגען א צעטל מיט תקנות ווי אזוי מען ברויך זיך אויפפירן אין מיין וואגאן, האב איך פארשידענע סארט זאכן וואס פאסירן ביי מיר וואס שטערט מיר, און עד כדי אז איך עס קען אמאל אריינפאלן בלא יודעים א מחשבה זרה'לע אז איך זאל אויפהערן מיטן אויפנעמען אידן הל"ת.

איך וועל דא שרייבן איין זאך וואס איך האב נאכנישט געזען מען זאל דערפון רע'דן ווען מען באשרייבט די פארשידנארטיגע עוולות וואס די חברה טוען ווי למשל רעדן אויפן סעלפאן כאילו דאס איז זיין פריוואטער אפיס, אדער מיר איינטיילן ווי צו פארן אפי' איך האב קלאר געזאגט אז נאר דארט שטעל איך זיך אפ, וכדו'

די וואך האב איך געהאט א פרישע זאך וואס האט מיר אזוי פאראיבלט אזש איך האב געמוזט דא קומען אויפן פארק זיך אביסל אויסטשוכן און אויסקלארן מיין מח.

שטייט א אידל מיט א גאנץ שיינעם הדרת פנים מיט א שיין געהעריג צאמגענומען בערדל, און גראד אויסגעשניצטע שנארצן, מיט ערנסטע אויגן ארויפגעלייגט דערויף א שיינע פאר ברילן, איז וואס קען מען דען קלערן אויף אזא איד? אז ער איז א פאסיגע קאנדידאט אים אריינצוזעצן דוקא פארנט, הארט נעבן מיר.

נישט לאנג נאכן זיך ארויסלאזן אויף דעם טרעפיק אנגעפילטן בי קיו אי האט זיך מיינע צרות אנגעהויבן. דער איד נעבעך ווייסט נישט אז היינט צו טאג איז שוין זייער א גגרינגע זאך אנצוקומען צו א שאוער און לויט ווי איך האב לעצטנס אינאכט גענומען איז עס צו באקומען אין יעדע פלאץ וואס האט א מקוה האט דערנעבן אויך צוגעשטעלט ווי מען זאל קענען נעמען א טוש, אבער דער צדיק'ל זעט אויס אז ער האט נישט קיין צייט דערצו, און עס איז געגאנגען פון אים אזא מין גערויך אז איך האב אים ממש געוואלט ארויסלייגן אינמיטן וועג. וואס איך האב נאר געוואלט טון האט מיר נישט געהאלפן, עפענען די פענסטער אדער די עיר קאנדישאן האט נאר פארערגערט דעם מצב.

אקיצור צו וואס זאל איך אזוי לאנג ציען? איך אייל זיך און האב א חשד אז מען פארשטייט וואס כ'מיין. איך בעט אויב ס'דא אאיינער אין אזא מצב זאל נישט נעמען א היטש און אויסנוצן יענעםס גוטסקייט און אים מאכן אזא אומאנגענעמליכקייט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2008 20:25 לינק ישיר 

אגוטן הרב הערשל;

ראשית, יש"כ פאר דיין אומאנגענעמע שמעק וואס דו האסט דא אריינגעברענגט.. וויסן זאלסטו ברודער אז איך אלטס דרייווער מאך אויך אסאך אסאך מיט, קיין עצה האב מיר נישט פארדעם, נאר דאס איינע אז לפים צערא אגרא.

והשנית, אויב דו ווייסט נאך נישט, איז דא אין אידישע וועלט אן אפטיילונג פון פארום'ס, דארט וואלט מען זיך מחי' געווען מיט אזא ארטיקל און איר וואלט זיכער דארט באקומען הערות, ודברי חיזוק, מיט "שמעקעדיגע עצות" וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, איר קענט עס נאך יעצט אויך אריבערשיקן אהין. די לינק איז:
http://www.yiddishworld.com/forum/ פון דארט גיי אריין צו "היימישע קרעטשמע".

והשלישית, נאכדעם וואס איך האב מיך געלערנט דרייווען האב איך געטראכט צו מיר רבוש"ע, אלטס סתם דורכגייער האב איך קיינמאל נישט געוואוסט אז איך האב אזויפיל "רעכטן".. בנוגע לענינינו, הערשל, די אלע אידן די המון עם זענען אומוויסענד אין אסאך זאכן, במילא פאליטיק האלטן זיי מיט אין "כל העולם כולו" אבער פון ווי זאלן זיי ווייסן אז מ'דארף אמאל גיין אין שאווער, אז מ'דארף צומאכן די קאר טיר נאכן ארויסגיין?

הערסט א מעשה, מעגסט ליינען א מינוט דו וועסט זיך מיטרעגן מיט מיר, איינער נעמט אמאל א היטש מיט מיר ער קומט אין פראנט סיט, [א פאליטיק פאר זיך..], ווען ער איז ארויס ביי א קארנער, האט ער ארויסשפאצירט און געגאנגן ווייטער, הער גוט, ער האט נישט צוגעמאכט די טיר! איך האב געלייגט די קאר אויף פארק, ארויסגעלאפן צו אים און אים נאכגעשריגן: ביסט נארמאל? פרעגט ער מיט א [געמאכטע?] תמימות: זאג, ס'פארמאכט זיך נישט אליינס?

קען מען זיך דען אויסרעכענען מיט וועלכן מענטש מ'באגעגענט?

והרביעית, מ'דארף נאך אלטס געבן היטשעס, ווי געזאגט פריער: לפום צערא אגרא.

והחמישית, אויב דו לייגסט דיין ארטיקל אין "אידישע וועלט", נעם מיינס אויך מיט...

א כתיבה וחתימה טובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2008 22:30 לינק ישיר 

הערשל, איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר. קיין געהעריגע לעזונג איז אבער נישטא דערצו. אויס עפעס קען איך נאר זאגן דאס זעלביגע ווי צודערזאך האט געשריבן, לפום צערא אגרא.

אבער וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט דאס ארגסטע. איך ווייס פון א געוויסער איד וואס האט אפגעשטעלט א קאר ביים צענטראלן היטש פלאץ ביי קענט עוו. און ער האט זיך אריינגעזעצט פון די זייט דארט ווי די אויטא'ס פארן פארביי. נאך פאר ער האט עספיעט צוצימאכן זיין טיר איז גרויסער טרעילער אריבער געפארן מיטנעמענדיג מיט זיך די קאר טיר...

דער דרייווער האט נאכנישט אינגאנצן געכאפט פונקט וואס דא איז פארגעקומען אבער אינזער גאסט איז שוין לאנג געווען אין א צווייטער קאר ביי די פלאשינג רויט לייט..

הערשל, מעגסט דאנקן דעם אייבירשטען אז די ביסט נאר אפגעקומען מיט דעם, עס קיין זיין פיל ערגער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2008 22:37 לינק ישיר 

איך גלייב אז עס וועט זיין אוממענטשליך צו זאגן אז לייענענדיג דיין ארטיקל האב איך זיך געקוילערט פון געלעכטער, ווייל ווי קען מען דען לאכן פון יענעמס צרות, אבער נישט זאגן אז דו האסט מיר ארויפגעבראכט א שמייכל אויף די לעפצן איז דאס זיכער נישט מענטשליך.

א דאנק פאר דיין שיינעם באשרייבונג, און יא, עס איז א פאסיגער קאנדידאט פאר די אידישע וועלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2008 23:42 לינק ישיר 

הערשעל, פיין געשריבען.....איך האב אויך געהאט אפאר עפיזאטען וואס האט מיך געמאכט זיכען אנדערע גליקען....

אגב, די האסט מזל אז ער איז דיר נישט געווען צוגאסט פאר א רייד צום קאנטרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2008 05:11 לינק ישיר 

עס האט זיך מיר געמאכט אריינצוקומןע אין אפיס וועל איך אראפגעבן צייט און ענטפערן פאר די וואס האבן אזוי שיין מגיב געוועזן.

צודערזאך, ווען איך האב אמאל געפרעגט וועגן זיך לערנען די גראמאטישע כללים פון אידישן שפראך האט מען מיר אהינגעפירט צום היימישע קרעטשמע, און איך מוז זאגן אז עס איז א אוצר בלום פון הערליכע שיינע נושאים אויף כמעט אלעס אויף דער וועלט און אן א צאל ידיעות און אינטערעסאנטע זאכן. אויב געדענק איך גוט, האב איך זיך אפי' קונה געווען א נאמען דארט, און געקלערט עס צו נוצן. דער פראבלעם וואס איךהאב איז אבער אז צייט האב איך נישט אלעמאל און אפי' איך קען אסאך מאל אהערבלאנזשען איז עס מזמן לזמן און איך קען נעלם ווערן פונקט אזוי ווי איך בין אנגעקומען, און הלואי זאל איך קענען אראפגעבען העלפט פון וואס איך וויל ארויפלייגן דא.
פארוואס דא אין כל העולם איז מיר בעסער, איז פשוט ווייל דא לאזט מען רעדן א ווארט צוויי פון וואס טוט זיך אין אידישען גאס און דארט, כאטש ס'הייסט "אידישע וועלט" טאר מען נישט דערמאנען היימישע פאליטיקע, און נישט אז מיר ברענט דאס אזוי, פארקערט ואיך ברעך אסאך מאל ווי טפשותדיג מען קען אסאך מאל שרייבען דא, פארט וויל איך נישט מען זאל מיר פארבאטן וואס איך מעג יא אדער נישט שרייבן און ליינען.

קען זיין אז מיט די צייט וועט מען אהין אנקומען און זען אז מען קען לעבן אזוי אויך. הלוואי.

אויב ווילסטו איז אדרבה איך געב רשות צו נוצן מיינע ווערטער סיי ווען און סיי וואו, זיי מיר נאר מודיע און שיק מיר א לינק וואו עס ווערט געלייגט און אפשר וועל איך רעאגירן דערצו.

נאך א גוטע נקודה האט צודערזאך גוט ארויסגעברענגט איז די וויכטיקייט פון "זיך מאכן וויסנדיג" ווען יענער האט ארויפגעלייגט אן אשכול.

ווען א בן בלי שם לייגט עפעס אויף היידפארק קען עס מיינען פארשידנס, בעיקר וויל ער אדער ארויסברענגן זיין מיינונג אדער מחאה אויף א געוויסע ענין, אפי' מען וועט אים נישט צוריקענטפערן, און אויך קען עס זיין אזוי ווי איך האב געוואלט מיט דעם ארטיקל זיך אביסל ארויסלופטערן, ווי שוין געשריבן און דא האב איך יא געוואלט זען אויב איז מען דא אינטערעסירט אין אזעלכעס.

דעריבער צו די אלע וואס האבן דא אזוי שיין געשריבן: א דאנק אייך.  א קאמפלימענט איז אלץ אין פלאץ, און איז דער בענזין וואס טרייבט צו שרייבן מער.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רייניג זיך, דערנאך קום אין מיין קאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext