נאך די היסטארישע ווייסע הויז מיטינג היינט מיט ביידע פרעזידענט קאנדידאטן קומט ביינאכט די דראמאטישע נייעס אז די געשפרעכן זענען צוזאמגעפאלן, טראץ וואס ס'האט אויסגעזען פריער אין טאג אז מ'איז זיך שוין דורכגעקומען.
ס'ווערט געשאצט אז די רעפובליקאנער זענען דירעקט אינטערעסירט איבערצוברעכן די געשפרעכן כדי צו געבן פאר מעקעין א געהעריגן תירוץ זיך ארויסצודרייען מארגן פון די דעבאטע - כאטש ס'איז שטארק מעגליך אז מעקעין וועט נאך אלעם יא אנקומען.
----
אגב, דא איז א גוטער ארטיקל פון ניו יארק פאוסט וואס ברענגט ארויס זייער גוט וויאזוי מעקעין קען האבן געראטעוועט זיין קאמפיין דורך דעם שריט פון אפשטעלן זיין קאמפיין. אבער ער פארפעלט דעם וויכטיגסטן פונקט, וואס איך האב געשריבן אין א אנדער אשכול: אלעס ווענדט זיך אין וויאזוי ער וועט למעשה זיך ארויסשטעלן אין וואשינגטאן.
נשלח ב-29/9/2008 01:27
א דאנק פאר די חיזוק ווערטער.
איך האב נישט געזאגט אז מעקעין האט לכתחילה מורא פון דעבאטעס (פרעג ביל קלינטאן...), אבער יעצט נאכן זיך נישט אנגרייטן געהעריג האבן זיי געקענט באשטיין אים גענצליך צו באפרייען דערפון. אין פאקט האט זיך טאקע אנגעזען עווענטועל אז מעקעין איז געווען שוואכער צוגעגרייט - און די ליבעראלע מידיא האט 'פארגעסן' אויפצושפילן דעם דאזיגן אזוי אויבנאויף מערקיגן פאקט.
בנוגע צי ער וועט בענעפיטירן, איך שטיי ביי מיינע ווערטער אז דאס וויכטיגסטע פאר אים איז וויאזוי דאס פאלק וועט אויפנעמען זיין ארבעט אין וואשינגטאן. העכער די קוליסן האט מען אים נישט צופיל געזען, אבער ס'הייסט אז אונטערן טיש האט ער פלייסיג געארבעט צוזאמצוברענגען די רעפובליקאנער אין שטיצע פונעם פלאן. אויב דאס פאלק וועט גוט אויפנעמען דעם פלאן און זיי וועלן וויסן אז מעקעין האט געארבעט דערפאר וועט עס אים העלפן, אויב נישט וועט עס אים נישט העלפן, לכאורה שאטן.
רעכטער.
ס'איז שווער צו גלייבן אז די עקאנאמיע וועט אראפגיין פון די פאליטישע ארענע אפילו אויב דער פלאן גייט יעצט אדורך, די מידיא וועט שוין זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן אויפן אויבנאן. אויסער אין פאל פון עפעס א שטארקע באמבע ערגעץ וואו אדער אן אנדערער "אקטאבער סורפרייז" וועט די עקאנאמיע שוין בלייבן גאנץ אויבן פאר די נעקסטע פאר וואכן.
נשלח ב-26/9/2008 20:52
ערשטנס וויל איך מיר צושטעלן צו הערשל'ס קאמפלימענט, איך בין זיכער אז אלע ליינער האבן שטארק הנאה פון אפשר'ס ארטיקלן.
אפשר, לגבי מקעין'ס קאמפיין סוספענדירונג. איך האב נישט געליינט די ארטיקל וואס די ברענגסט אראפ, די מידיא איז ביזי צו מקעין וועט בענעפיטירן פון דעם צו פארקערט, לאמיר דיר מסביר זיין וואס דא גייט פאר.
די לעצטע צוויי וואכן האט די עקאנאמיע איבערגענומען די נייעס, מקעין האט געלאזט א דורכגעפאלענע סטעיטמענט אז די עקאנאמיע אז אויף שטארקע פאנדומענטן. מער האט נישט אויסגעפעלט און אבאמא האט זיך גענומען בלאזן די סטעיטמענט אז כאילו מקעין "פארשטייט נישט דעם מצב", ס'האט נישט גענומען לאנג און די אנקעטעס האבן אנגעפאנגן צו געבן פאר אבאמא די אויבערהאנט.