ווי איז דאס? ווער פירט דאס? וויפיל קינדער האבן זיי נעבעך??? און די אנדערע סאטמארער רבי וואס האלט ער דערפון? ווי זיין בד"ץ אדער ווי זיין טאטע? איך האב געזעהן א בריוו פון די בד"צ וואס די ברך משה האט געגרינדערט-לטובת די מוסדות איז דאס אן עכטע בריוו? אדער סתם א לץ האט דאס געמאכט?
איך אלס פרעמדער קוקט דאס אן אזוי (אויב די בריוו איז אמת) סיי וואספארא זאך ס'וועט זיין אין די אינטערעסע אנטקעגן ר' אהרנ'ס חסידים וועט די בד"ץ דאס שטיצן ווייל "מיין שונא שונא איז מיין גוטע פריינד" איז דא עפעס א נארמאלע תירוץ?
איך בין נישט הונדערט פראצענט באקאנט, אבער כמיין אז סאיז בערך אזויווי א המספיק פראגרעם. ביזדערווייל האבן זיי בעיקר צוויי ווענס וואס פארן ארום א גאנצען טאג אין קרית יואל. זיי שטעלן נישט צו א צענטעל פון וואס די סקול דיסטריקט קען צושטעלן, און ניטאמאל וואס המספיק שטעלט צו.
און BTW, די ברך משה האט קיינמאל נישט געגרינדעט קיין ביד"ץ, די סאטמארע רביים זענען אלעמאל געווען זייער שארף קעגן א ביד"ץ אין זייער אייגענע קהילה וואס איז איין ענטערפרייז אין א אנדערע, יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז איין שיף קען נישט האבן צוויי קעפטעינס.
רז"ל האט עס נאר געמאכט ווייל זיין פאליטיק האט אים אזוי געהייסען, סיי פאר די קאורטס און סיי פאר זיין אייגענע עולם, וועם ער האט געדארפט פארזיכערן אז די רוחניותדיגע באשלוסן ווערן נישט געמאכט דורך א עם הארץ ווי ער נאר דורך אידן תלמידי חכמים.
פאקטיש האט אבער די ביד"ץ גארנישט אויפגעטון אויסער מאכן ליצנות פון אפאר תמימותדיגע תלמידי חכמים וואס זענען געבליבן מיט א סיין און טרייען נעבעך איינצורעדן די וועלט אז זיי רעדן זיך אליינס איין אז זיי זענען עפעס.
יעדעס מאל וואס דו זעסט א צעטל פון די ביד"ץ איז עס ליידער ליצנות, אפגעזען צי סאיז אלול צי אדר
נשלח ב-29/9/2008 02:06
עס אזי זיכער א א פריוואטער מוסד קען נישט קאנקורירן מיט קרח אוצרות וואס די רעגירונג שטעלט צו.
און בנוגע א ביד"ץ אין סאטמאר. אפשר זאגסטו מיר — שקל — ווען זענען די סאטמארער רביים געווען "שארף קעגן א ביד"ץ אין די אייגענע קהילה"?
און איך וויל דיר נאר דערמאנען אז דיין רבי מאכט אן אייגענעם ביד"ץ אין ק"י, וויאזוי גייט ער קעגן דעם רצון פון די סאטמארער רביים?...
נשלח ב-29/9/2008 02:10
א פורים ביד"ץ וואס פסק'עט חושן משפט, אבער פאקטיש קענען זיי עס ווי איך פארשטיי
צי גריוון, דעס איז א ליצנות שאין דגמותו
נשלח ב-29/9/2008 02:21
הוקאבו
עס איז א כבוד פאר'ן ביד"ץ ווען דו שרייבסט אויף זיי בלשון גנאי
א בושה וואלט געווען ווען דו ביזט זיי משבח
נשלח ב-29/9/2008 02:55
די בי"ד וואס האט מתיר געווען צי ריפן די רעבעצין ע"ה אין קארט
א בי"ד וואס האט מתיר געווען צי גיין אינעם כפירה'דיגען בג"ץ
א בי"ד וואס האט מתיר געווען צי ארסטירין 26 בחורים
א בי"ד וואס מאכט א עירוב פאר פוילישע גוים
א בי"ד וואס האט געזאגט א מען דארף נישט גיין צי א דין תורה
די גאנצע שלישקע זענען א באנדע שומר קישאים אויף זיי איז א מצוה צי רעדן
די גמרא זאגט
אם ראיתה דור שצרות רבות באות עליו, "צא ובדוק" בדייני ישראל, שכל פרעניות שבא לעולם, לא בא אלא בשביל דייני ישראל (חיים מנשה )
נשלח ב-29/9/2008 16:55
דוד איך באווינדער דיין כח אין מדמה זיין מילתא למילתא אפשר זאגסטו מיר ווי קימט א בית פאר חושן משפט דין תורות צי א בית דין וואס דארף פירען די קהילע וויל די רבי איז אן עם הארץ נורא
נשלח ב-29/9/2008 17:30
מען רעדט פון איין זאך און אלץ מוז אריינקומען אנדערע נושאים וואס האט גארנישט צו טאן מיט די נושא האשכול.
צוריק צו חמלה ואמונה,
עס איז אן אנלויף מיט די זעלבע אנגעווייטאגטע מענטשן וואס זענען א קליקע פון צובראכענע מענטשן וואס האבן בשעתו אנגעדרייט א וועלט מיט טענות הלמאי מען גייט אויסשמדן אידישע קינדער אין קרית יואל, וואס מוזן נעבעך צוקומען צו סעפציעלע הילף און עס קאסט א הון תועפות יעדעס קינד באזונדער און די שטאט האלט עס אויס.
יעדער נארמאלער מענטש האט זיך שוין לאנג אויסגעטשוכעט פון דעם סאמאטאכע און אנדרייעניש וואס דער ר' משה בער בעק (ואס פאר זיך איז ער גראדע א ערליכער איד א ירא ה') האט אנגעצינדען און לאכט זיך שוין היינט אויס פון די איסורים חרמים וקונמות וואס האט דאן געברענט אבער אפאר געציילטע שוטים האלטן זיך נאך פעסט און האבן זיך אליינס געעפענט א מוסד וואס דארף צו זיין דאס זעלבע וואס דער סקול דיסטריקט שטעלט מיטי זיך פאר.
זאל דער באשעפער העלפן אז קיין שום איד זאל נישט דארפן אנקומען צו קיינע פון די צוויי מוסדות.