ס'קומט קרעדיט פאר די בעלי בתים פון אלפא פאון, אז זיי האבן נישט געלאזט זייער קאסטעמערס שפירן אז עפעס קומט דא פאר, און אויסער איין מודעה אין פאסט וועלן די קאסטעמערס נישט שפירן אפילו קיין קראץ פון די טראנזישען און טרענספער, די קאסטומערס וועלן קיין מינוט נישט בלייבן אן קיין סערוויס, און ווייטער געניסן פון גוטע ביליגסטע פרייזן, אן צו דארפן מאכן אפילו איין קאל! (בלויז די ביל וועט זיין א אנדערע)
פון איינער וואס האט ביידע, XCHANGE איז זייער גוט און קאסטימער סערוויס אבער און פרייז איז ביידע די זעלבע בערך
נשלח ב-3/10/2008 20:01
די פראבירסט צו רעדן "לאגיש" אבער נישט "פאקטיש"!
דער פאקט איז א די בעלי בתים פון אלפא זענען געזיצן מיטן די ב"ב פון עקסטשעינדש וועגן פארקויפן, אבער מ'איז נישט צוגעקומען צו קיין שום דיעל, סאו וואס דרייסטו א קאפ מיט באנקראטירן, און "געמוזט" פארקויפן???
פרעג נאר די קאסטומערס צו זיי האבן געהאט די מינדעסטע פראבלעמען מיט אלפא.
און אויב אזוי הייסט דאס נישט "פראבירן כאפן" די קאסטומערס, ס'הייסט (און ס'איז למעשה) אוועקנענמען יענעמס עקסיזטירנדע קאסטומערס מיט טעראר און קאפ פארדרייעניש, פאר מער פרטים קוק די עדס פון ביידע קאמפאניס אין די צייטונגען די וואך.
נשלח ב-3/10/2008 20:43
איינער האט מיר יעצט געשיקט אין אישית:
אביסל היסטארע: "עקאנא-פאון" איז אפגעקויפט געווראן אין די דאט קאם באבל דורך א קאמפאני וואס האט נישט געקוקט אויף דעם אז די קאמפאני ווערט געפירט אן קיין שום חשבון און פארלירט געלט יעדן חודש, דער פריערדיגע באלעבאס האט ווייטער געפירט די קאמפאני ביז עס איז געגאנגען באנקראט לאזענדיג טויזענטער היימישע יודן אן א סערוויס פאר א לענגערע צייט (פרעגט נאר ביי די ביזנעסער וואס האבן פארלוירען זייער ביזנעס ווייל די 800 נומבער האט נישט פונקטציאנירט) ווען ער האט געפיילט טשעפטער עלעווען איז ער שולדיג געווען נאר פאר איין קאמפאני גלאבעל קראסינג הונדרעט און דרייסיג מיליאן דולר, לויט טייל אנאליסטן איז גלאבעל קראסינג געגאנגען באנקראט וועגן אים
ווער ס'איז היינט דער געוועזענער בעל בית פון עקאנא פאון ווייסט יעדער, און וועלכע קאמפעני ער פירט היינט אן... פירושים זענען איבריג..