דעת מרן רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א וועגן א"י לולבים
אזויווי ס'האט זיך געשאפן אין אן אנדערן אשכול א שמועס וועגן דעם פסק פון כ"ק מרן רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א איבער די היי יאריגע שערוריה וועגן די ארץ ישראל'דיגע לולבים, האב איך זיך נאכגעפרעגט און באקומען אויסטערליש קראנטע אינפארמאציע איבער דעת קדשו. און היות איך האלט אז ס'קומט אין אן עקסטערן אשכול בעט איך די מנהלים זאלן עס דא לאזן.
דער רבי האלט קלאר אז ווער ס'קען זאל מחמיר זיין און מהדר זיין צו נעמען א לולב פון חוץ לארץ. ווען דער טעלזער ראש ישיבה האט געפרעגט דעם רבי'ן פאריגע וואך וואס ער גייט נוצן האט אים דער רבי געענטפערט: "יעצט פרעגט איר א שווערע שאלה. איך?! אודאי וועל איך עס נישט נוצן".
אבער דער רבי האלט אויך אז מ'קען נישט געבן קיין הוראה לרבים עס נישט צו נוצן אינדערצייט וואס ס'זענען נישט פאראן גענוג לולבים אויפן מארק אן די אר"י לולבים, און מ'קען נישט זאגן אז די לולבים זענען אסור עפ"י הלכה.
דערויף האט דער רבי דערציילט די מעשה מיט די יאנעווער אתרוגים וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געשיקט קיין אר"י אין א שנת השמיטה ווי דערציילט אין אנדערן אשכול, און וויבאלד דער רבי זי"ע האט נישט געשיקט קיין לולבים איז א בפירוש'ע ראיה אז ער האט געהאלטן אז אויף לולבים איז נישטא דער פראבלעם פון נעבד.
און עס האט גארנישט צוטאן מיט די תורה הקדושה, און גארנישט צו טאן מיט הלכות שמיטה. ס'איז א איינפאכער ביזנעס מאנעווערע פון דעם סוחר לויפער קעגן דעם סוחר ישראל שווארץ.
דער סוחר לויפער האט גענומען אזא הלכה ווי שמיטה און עס אנגעשמירט אויף שווארץ, און אפאר פוסטע אמעראצים האבן זיך אנגעכאפט דערויף, אבער וויבאלד דער פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי"ע האט עס קלאר מתיר געווען (איידער ס'איז געווארן דערפון א פאליטיק), האט זיך תורת משה אוודאי נישט געטוישט קיין זיז כלשהוא.
די זאלי בית דין, האבן דעם זעלבן כח הוראה ווי דעם סוחר לויפער, און דעריבער איז עס ענבי הראזשינקע, און זאלן זיי זיך ארומשלאגן ביי די קעפ.
דער רבי האט קלאר געזאגט אז ער פסק'ט נישט פאר די גאס - ווייל ער רעדט נישט אריין אין ביזנעס סכסוכים.
נשלח ב-28/9/2008 19:45
בכלל די גאנצע שאלה קען זיך נאר אנהייבען אויב דאס איז נעבד אין אפילו אויב עס איז נעבד האלטען רוב פוסקים אז עס איז נישט קיין שאלה ביי לולובים אין ווי די רבי שליט"א האט געזאגט האט די דברי יואל ז"ל אויך געהאלטען אז ביי לולובים איז נישט דא קיין נעבד יעצט ווער עס וויל ווייטער קוועטשען די נושא קען גיין ארבייטען אין די הייליגע לישכה דארט גייט אן די תורה וואס מען האט געגעבען תשס"ח נ ב ווער עס וויל טיען א מצווה זאל טראגען דערי לולובים פאר הגז"ל פילאפ ער דארף דאס זייער וויכטיג למצוה גדולה יחשב
נשלח ב-28/9/2008 22:16
וואס דיין רבי זאגט און דערציילט א מעשה, מוז די מעשה נאך זיין אמת.
די מעשה קען זיין פונקט אזוי אמת ווי די מעשה וואס דיין רבי האט אמאל דערציילט ברבים אין די סוכה אין ק"י, אז ביי רביה"ק זי"ע ביים טיש האט מען געזונגען ניגונים אויף העברעראיש.
נשלח ב-28/9/2008 22:30
די מעשה אז דער רבי האט עס דערציילט מוז אויך נאך קודם זיין אמת .
נשלח ב-28/9/2008 22:31
דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף (להבדיל)
ס'איז ערב ראש השנה, און די קענסט זאגן אזא פרעכע ליגענט?!
נשלח ב-28/9/2008 22:31
דוד נעם דיינע פילען
נשלח ב-28/9/2008 23:18
דוד אבסולוטלי די מעשה איז שקר אבער זאג מיר נאר די ר הילל ווינבערגער געט א הכשר אז די לולובים קימען פין פעלדער וואס זענען נישט בארבייט זייט ווען אין אזא לולוב אסור ברענג איין פוסק וואס זאגט אז דאס איז אסור אויסער דער לולובים ברעכער פין קיעפ
נשלח ב-28/9/2008 23:20
היות איך האב געשריבן אין א אנדערע אשכול אנדערש, קאנפירם איך וואס "געגאנגען" שרייבט, איך האב עס אויך געהערט ממקור ראשון.
און יעצט דוד לאמיר פונקטליך הערן וואס איז נישט אמת:
א) אז די רבי האט געשיקט אתרוגים
ב) אז דער וויזנציער רבי האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א יאנעווע אתרוג
ג) אז דאס איז געווען די איינציגעסטע יאר וואס דער רבי האט געבענטשט אויף א יאנעווע אתרוג אן א פיטום
ד) צו אפשר איז בכלל שקר אז תשכ"ו איז געווען א שמיטה יאר
לאמיר הערן וואס באדערט דיר
אגב ווען די רבי האט דערציילט די מעשה צופרי אין ביהמ"ד נאך סליחות, האט דער רבי געפרעגט עטליכע בני ארץ ישראל אפשר געדענקן זיי יא אז דער רבי האט געשיקט א לולב, ווי אויךף האט דער רבי געהייסן פרעגן ר' עזריאל גליק, און קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן אז דער רבי זאל האבן דעשיקט א לולב, סאו וואס באדערט דיר דוד
נשלח ב-28/9/2008 23:58
קיינער זאגט נישט אז עס איז אסור.
און דאס גייט בעיקר אן אויף בני חוץ לארץ
נשלח ב-29/9/2008 00:09
ניין טאקע נישט אבער וואס גייט בעיקר אן נאר אויף בני חוץ לארץ
נשלח ב-29/9/2008 03:13
דוד46 כתב:
וואס דיין רבי זאגט און דערציילט א מעשה, מוז די מעשה נאך זיין אמת.
די מעשה קען זיין פונקט אזוי אמת ווי די מעשה וואס דיין רבי האט אמאל דערציילט ברבים אין די סוכה אין ק"י, אז ביי רביה"ק זי"ע ביים טיש האט מען געזונגען ניגונים אויף העברעראיש.
ווער ווייסט וואס איז די דעת קדשו פון הר''ר הגז''ל ?
נשלח ב-29/9/2008 19:17
איזראלי, הו קעירס!
נשלח ב-29/9/2008 19:55
איך ווייס באמת נישט ווי דער מנחת יצחק קומט דא אריין.
אין גמרא שטייט אז מען מעג עס נוצען אין עס איז נישט חל קיין שביעית אויף לולבים.
דער היתר פון מנחת יצחק איז אויב עס איז נעבד, אין וויינבערגער זאגט אז די לולבים האט זיין הכשר אז עס איז נישט נעבד.
און אז די גלייבסט אים נישט, קענסטו גארנישט עסען פון התאחדות הכשר.