בית פורומים כל העולם כולו

די ארונים מיט זייערע קאנעקשאנס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/9/2008 17:58 לינק ישיר 
די ארונים מיט זייערע קאנעקשאנס

עפעס האט זיך איינגעשטילט די לעצטערע טעג אבער ווען וויליאמסבורג האט זיך געשאקעלט מיט זייערע פראפאגאנדע ביי די וואלן א פאר וואכן צוריק האבן זיי טראמפייטערט וואספארא קאנעקשאנס מיט די פאליטישענס זיי האבן און וואס גייט צואוואקסן ווייטער מיט דעם וואס זיי האבן געווינען סקוואדראן.

איז אינטערעסאנט צו זען וואס זיי האבן שוין אויסגעפירט און צו וואס זיי טויגן.

לאמיר אנהייבן מיט דעם וואס זייער תלמוד תורה אויף ווייט קארנער פען סטריט האבן זיי נאכנישט פארשאפט א פערמיט אז עס איז א סקול און יעדער וואס פארט דארט דורך ליידט זיך צוזאם פון די אומגעהויערע טרעפיק וואס עס מאכט אן פאר אלע ארומיגע גאסן.

איז עס טאקע אזא שווערע זאך וואס אלע מוסדות החינוך קענען און האבן, זענען זיי נאכנישט צו דעם אנגעקומען?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2008 23:08 לינק ישיר 

איך האב עס טאקע באמערקט און איך דאנק זיי פארן פארגרינגערן דאס דורכגאנג פאר די צופרדינהייט פון די איינוואוינער אין יענעם געגענט און פאר די וואס פארן דארט דורך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2008 04:38 לינק ישיר 

נישט דא קיין קאנעקשאנס   נישט דא קיין בית מדרש הגדול  [14 הופער] נישט דא קיין ווייט בילדונג  נישט דא קיין סענפארד בילדונג    נישט דא קיין   יו דזשעי קעיר  נישט דא קיין הושנה רבה דרשה    נישט דא קיין סאטמארע חסידים בכלל אין וויליאמסבורג                           אויס             בטל ומבוטל נישט דא נישט דא נישט דא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2008 20:12 לינק ישיר 

הערשל איז מסתמא א שכן וואס האט געליטן פון די טראפיק, האט ער געשריבן דעם אשכול אויף אזא כיטרישן אופן, עס זאל אונטעראיילן די מוסדות דאס צו ערלעדיגן, און ס'איז אים טאקע געלונגען...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2008 17:28 לינק ישיר 

הערשל, קענסט שוין זיין רואיג.

מ'האט היינט ארויפגעשטעלט No Standing סיינס אויף ווייט עוו. לענגאויס דעם בנין התלמוד תורה.

די סיין זאגט אז עס איז פארבאטן דארט צו פארקירן פון 6 אינדערפרי ביז 7 אזייגער ביינאכט. שולע טעג.

יעצט הערשל, א קליינער הוספא.

די נארמאלע פראסעס ארויפצושטעלן אזעלכע סיינס ס'זאל דורכגיין מיט די DOT און ארויפגעשטעלט ווערן נעמט א מינימום פון 6 חדשים, פרעג זיך נאך ביי אנדערע מוסדות'ער וואס האבן לעצטענס געבויעט א בנין.

דער בנין איז אפען עטוואס מער ווי א חודש, עפלייד דערפאר האט מען הערשט נאכן עפענען ווען מ'האט געזעהן די גרויסע טראפיק וואס עס ברענגט. ב"ה אז די שולדן זענען שוין היינט ארויף און עס וועט אסאך פארגרינגערען די געדיכטער טראפיק וואס עס האט דארט אנגעברענגט.

די מעלה דארט איז אז עס נעמט נישט אוועק קיין פארקינג פון קיין איינוואוינער ווארום דארט וואוינט נישט קיינער, נאר קעגן איבער ווי מ'קען ווייטער פארקן. ביינאכט ווען מ'ברויך די פארקינג פאר די קאנטינענטאל חתונה זאל (און ציקונפטיגע חתונה זאל פון די מוסדות) וועט מען ווייטער קענען פארקן וויבאלד עס איז אין עפעקט נאר ביז 7 אזייגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2008 21:56 לינק ישיר 

איך האב אנגעהויבן מיט א קליינע דוגמא וואס ווייזט וואס פאר א קאנעקשאנס זיי האבן, און וואס זיי טראמפייטערן אזוי.

קען זיין אז ס'איז נישט קיין ריכטיגער באראמעטער, ווייל עס איז גאר א שווערע זאך צוצושטעלן, אבער איך האב נישט געזען אז אנדערע מוסדות זאלן דערמיט האבן א פראבלעם.

פראסקעס, איך פריי זיך מיט די מוסדות , אזוי לערנען מיינע קינדער נישט אין קיינע צעשטיפטע קלאסן. א ישר כח פאר די הרחבת הדעת וואס ענק האבן אונז געמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2008 19:17 לינק ישיר 

הערשל, וואס שטערט דיר מער, די טרעפיק - צו דער ריזן בנין מיט 175 קלאסן?

אדער בכלל אז די סאטמארער חסידים האבן צוריק גענומען די מענאפעלי אין וומ"ס.

מען בעט ווער עס קען זאל קלאר מאכן, ייש"כ פארן זיך אויסבלאזן פאר יו"ט, אזוי וועסטו כאטש צוגיין צום האניג מיטן עפל מיט א גרינגערען געפיל.

אזוי ברויך מען טאך, זיך אויסגעבן, ממנו ילמדו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2008 19:00 לינק ישיר 

און אויב זעסטו אז אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן ליגן אזעלעכע טאוולען נישט צו פארקן דורכן טאג דארט וועסטו זאגן אז יא. די ארונים האבן גוטע קאנעקשאנס? כ'מיין דאס איז וואס וועט דיר איבערווייזן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ארונים מיט זייערע קאנעקשאנס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext