בית פורומים כל העולם כולו

היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2008 05:21 לינק ישיר 
היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )

אין די מילין סאיז נישט דא די ווערטער צי באשרייבן דעם געהויבנעם יו"ט פין ראש השנה
בצל מרן רבינו הקדוש מסאטאר שליט"א,יעדע תפילה , טיש ,נעילת החג, דרשה, תנועה  איז געווען געפאלכטן מיט געהויבנקייט

ערב ראש השנה
אנגעהויבן ערב ראש השנה ווען די רבי שליט"א איז אריין געקומען צים סליחות דאס גרויסע ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט
מיט טויזנטער יודין מיט גאר גרויס התרגשות האט רבינו שליט"א פארגעזאגט דעם פיוט
א שעה נאך סליחות איז די רבי שליט"א אריין געקומען צי שחרית ווי די רבי האט קודם געלייגט תפילין פאר 4 בחורים
נאכן דאוונען האט די רבי געמאכט התרת נדרים מיט מנין

ליל א' ר"ה  
דאס ביהמ"ד האט געשטרוימט מיט אלפים יודין נאך א מזל אז די קרית יואל'ער מיט בארא פארקער יודין זענען געבליבן אינדעהיים די רבי שליט"א האט יורד געווען צי תפילת מנחה
נאך דעם איז פארגעומען די אפיל פארן כולל ווי הרב הגאון ר' נפתלי צוויבל שליט"א דער ראה"כ האט גאר ווארעם גערעדט
צי מעריב האט איז די רבי שליט"א געדאוונעט פארן עמוד
נאך דאוונען האט די רבי שליט"א אנגעווינטשען פאר אריבער 2 שעה לשנה טובה פאר טויזנטער יודען
ארום 11 אזייגער איז די רבי שליט"א אריין געקומען צים טיש ווי סאיז געווען גאר א געהויבנער טיש

יום א' ר"ה
פוסקי דזמרה האט געדאוונעט הרב הגאון ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"ם נייטרא

פאר ברוך שאמר האט די רבי געפילט זייער שוואך אין די רבי שליט"א איז ארויס פין שול, ווען ער איז אריין אין שטיבל
איז די רבי אוועקגעפאלן פאר שוואכקייט תיכף זענען געקומען צי לויפן 2 פאראמעדיקס פין ביהמ"ד ווי סהאט זיך ארויס געשטעלט איז די רבי שליט"א געווען דיהיידערטעט, די הצלה לייט האבן אנגעהויבן אויספרעגן דעם רבי'ן צי ער איז געשלאפן געהריג,סהאט זיך ארויס געשטעלט אז די רבי שליט"א איז נישט געשלאפן מער א ווי א שעה מיט פופצין מינוט 
אים קוואדער נאך צוויי אויף דערנאכט האט שוין די רבי געלערנט ביז אינדערפרי
אין אינדעפרי האט די רבי שליט"א נישט געטירנקען קיין קאווע וואס האט צי געגעבן צים שוואכקייט אין אים אויסגעטריקענט
 די רבי שליט"א  האט נישט געוואלט מאכן קיין קידוש האבן זיי דעם רבי'ן געגעבן אינטערווינס
 אין נאכדעם האט זיך די רבי שליט"א אראפגעלייגט פאר א שעה אין די רבי האט געדאוונעט שחרית מיט א מנין אין שטיבל

שחרית אין ביהמ"ד הגדול האט געדאוועט הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים בן הרב הגאון ר' לייביש שליט"א
חתן כ"ק אדמו"ר מברישטין שליט"א

פאר ליינען איז דער עולם געגאנגען פאזע
ביים ליינען האט עולה געווען כהן, הרב החשוב ר' משה פראנצויז שליט"א
לוי, חבר הנהלת המוסדות ר' יוסף גרובער בן הרה"ג ר' בינימן שליט"א
ישראל,ר' שלום ברוך ראטבארד שליט"א פין מאנטשסטער
רביעי, דער הויז בחור החתן יואל ווייס ני"ו
חמישי כ"ק אדמו"ר שליט"א די רבי האט געמאכט א מי שבירך פאר זיין מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א
אין פאר אלע קידער פינעם ברך משה שיחי'
אין פאר הרבנית הצדיקת תליט"א מיט אלע זיינע קינדער שיחי'
פאר זיין שווער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
פאר כ"ק אדמו"ר מווינזיץ מאנסי שליט"א
פאר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א
אין נאכדעם האט די רבי געמאכט פאר די זקן צדיקי הדור
הרב הגאון ר' שמואל וואזנער שליט"א
הרב הקדוש מטאהש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מעלברוין שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסקעלן שליט"א
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
כ"ק אדמו"ר ממינקאטש שליט"א
הרב הגאון ר' מאיר בראנסדארפער שליט"א חבר הביד"ץ העדה החרדית

נאכן ליינען איז  די רבי שליט"א ארויף אויפן ארון קודש אין געהאלטן דעם תיקעת שופר דרשה מיט בכיות נוראות
די רבי האט מקדים געווען אז מען האט אים געגעבן אינטערווינס אין דערביי אויסגעשריגן וויפיל צענדליגער יודען זענען יעצט
אין שפיטאל אין קענען נישט קומען שול אין מאכן מיט יסורים, פינעם גאנצען ביהמ"ד האט מען געהערט גנוחי גנוח
בכיות פין אלע זייטן אין דערנאך האט די רבי גאר ווארעם אן געווינטשן
די רבי איז געווען בעל תוקע בעל מקריא איז געווען הרב הגאון ר' לייביש ט"ב דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה
די רבי האט געדאוונעט מוסף אין דערנאך איז געווען בעל תוקע ר' לייביש טייטלבוים שליט"א
אין בעל מקריא איז געווען הרב הגאון ר' בעריש ראזנבערגער שליט"א
דעם ערשטען טאג האט מען גענדיגט אים קוואדער נאך זעקס מוסף

ליל ב' ר"ה
די רבי שליט"א איז נישט אריין געקומען צי מעריב אין ביהמ"ד הגדול
די רבי האט געדאוונעט מעריב אין סיגוטער ביהמ"ד אין 10 אזייגער

ארום האלב צוועלף איז די רבי שליט"א אריין געקומען צים טיש אים ביהמ"ד היכל תיהלות יוסף אויף הופפער
א הערילכער טיש געווען,נאך קידוש האט מען אריין געבענגט דעם שהחינו ווי די רבי שליט"א
האט געמאכט די ברכה אויף טייטלען
אין נאכדעם האט די רבי געטיילט פאר יעדן שיירים

יום ב' ר"ה
צי פוסקי דזמרה איז צי געגאנגען הרה"ג ר' בן ציון לויב שליט"א מו"ץ

שחרית הרב ר' יושע יודא פר"מ שליט"א

די רבי האט געהאלן א תיקעות שופר דרשה ווי ערהאט זייער מעורר געווען אויף צרות ישראל
אין נאך די תיקעות איז די רבי ציגעגאנגען פאר די מוספים
מען האט גענידגט אים זעקס א זייגער מוסף 

גאר א געהויבנער מעמד איז געווען דער נעילת החג טיש אינעם גרויסן בית המדרש
דאס גאנצע ביהמ"ד איז אנגעפילט מיט טויזנטער יודין מען האט געזינען גאר ווארעמע ניגנים
די רבי שליט"א איז געווען זייער אויף געלייגט ער האט געזאגט א תורה אויף יו"ט אז דאס ביהמ"ד איז געווען אין די ליפטן
די רבי האט זייער ווארעם אנגעווינטשן


דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע יודען זאלן האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2008 00:32 לינק ישיר 

אלא מאי וואס מיינט אז ס'שטייט גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 20:47 לינק ישיר 

פארוואס שטייט גארנישט אין בלאט פון די גאנצע געשעניש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 20:16 לינק ישיר 


מען רעדט דא פין צוויי זאכן, די הצלה אינגעלייט האבן געגעבן איטערווינעס פארן רבין, וואס מען געט פאר איינעם וואס איז דיהיידערטעט,

אין חוץ דעם האבן זיי געבעטן אז די רבי זאל קידוש מאכן אין עסן עפעס, אין דאס האט די רבי נישט געוואלט. דאס האט גארנישט צי טוהן מיטן געבן אינטערווינעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 19:20 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז הצלה ווייסט וואס זיי האבען צו טאן, איך האב נאר געזאגט פאר אדמיראל אז זיין מעשה מאכט נישט קיין סענס, אז מען האט געגעבן IV ווייל ער האט נישט געוואלט קידוש מאכען, נאר מסתם האט מען אים געמוזט געבען ווייל עפעס אנדערש וואלט נישט געהאלפען.

איך האב חלילה נישט געהאט קיין שום הו"א אז דא איז געווען חילול יו"ט, מען האט נאר געדארפט אויסגראדען די פאקטען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 16:19 לינק ישיר 

אונז האמיר די וואך געלערנט אין גמרא (ביצה ל' ע"א) ווען רבא האט געפרעגט פון אביי היתכון מ'זעהט ווי מענטשען טוען איסורים (רש"י לייגט צו "דרבנן") און מ'איז נישט מוחה??... האט אביי גענטפערט "הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין"

דאס מיינט "לאז צורו די אידען!" ס'איז דא זאכען וואס מענטשען טוען און מ'קען זיי נישט אנשרייען, ווייל אזוי פירט מען זיך שוין א לאנגע צייט און מ'וועט מילא נישט פאלגען.

און אנדערע ווערטער האט דא אביי געזאגט פאר רבא "שטיי ווייט פון זאכען וואס בלאנגט נישט צו דיר!" ס'איז דא גדולי ישראל וואס זיי פסק'נען שוין די אלע שאלות פאר אונז, און ווען זיי זאגען אז מ'מעג געבן IV דאן פרעג נישט קיין פרומע שאלות, יא געמעגט... נישט געמעגט...

און היינו טעמא ד'IV,
והיינו טעמא ד'אורעגוויי פלייש,
והיינו טעמא ד'ווייץ אויף פסח (ביז היינט ווען ס'איז נישט געווען קיין בעסערס מ'האט זיך געמוזט פארלאזען אויף שוואכע היתירום),
והיינו טעמא ד'לולבי א"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 12:57 לינק ישיר 

זעהט  אויס  אז דיא  זאלונים זענען גרויסע מחמירים ווען עס איז נוגע ציא אצווייטנס נפש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 08:46 לינק ישיר 

איך האב אביסל ארומגעזוכט אין "אוצר החכמה", דארט זע איך אז ס'איז א מחלוקה אויב לייגן אינטערווינעס איז א איסור דאורייתא אדער איסור דרבנן, אבער זיי שרייבן קלאר אז מען מעג דאס אריינלייגן פאר א חולה שיב"ס, און ר' יונה איז גערעכט אז די הצלה זענען די וואס דארפן פסק'ענען די שאלה לפי ראות עיניהם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 07:34 לינק ישיר 

אויב איך מעג אריין רעדען מיינע צוויי סענטס אין די טעמע

ווען מען רופט הצלה צו א מענטש, איז הצלה דער פוסק אחרון וואס מען דארף טוהן מיט דעם מענטש

הצלה האט זייערע רבנים, גרויסע פוסקים, און די הצלה לייט טוען אלעס לויט זייערע הוראות

אין חבוש מתיר עצמו, אפילו גדול שבגדולים. אדם קרוב אצל עצמו און מען קען נישט אליין פסקקנען וואס מען דארף טוהן פאר זיך

ווען דער הייליגער ריזשינער זי"ע, דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע, האבן געדארפט אויספאסטן יום כיפור, האבן זיי געשיקט פרעגען די דיינים ביי זיין אין ביהמ"ד

אין איין ווארט: אויב הצלה האט איינגעזעהן אז מען דארף געבן אינטערווינעס, דארף מען נישט הערן וואס עס איז געווען די דעה פון רבי'ן, נאר וואס איז געווען די דעה פון הצלה

ווי האט רבי חיים בריסקער ז"ל געזאגט? איך בין נישט קיין מיקל אין הלכות יום כיפור, נאר א מחמיר אין הלכות פיקוח נפש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2008 07:23 לינק ישיר 

געבען אינטערווינעס, איז נישט קיין איסור דאורייתא און אויך נישט קיין דרבנן ווען מען גיט דורך א גוי.
עס איז איינגעפירט יום כפור, און מען גיט עס נישט דוקא פאר חולה שאין בו סכנה, אפילו פאר סתם שוואכע מענטשען וואס ווילען האבען מער כח.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 06:55 לינק ישיר 

די גרעסטע חידוש איז קיינער רעדט ניטאמאל פינעם יו"ט ביי הגז"ל
אז אין ראדני האט געקענט אריין פארן ביי מוסף א טרעליער אין מאכן א 360 יו טערין אין קיינעם נישט שעדיגן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/10/2008 06:47 לינק ישיר 

איינער דערציילט מיר אז א זאלי האט עם געפרעגט אז ער האט געהערט אז מיר האבן א רבין מיט א בענדל, האט ער אים גענטפערט, יא אונז האמיר א רבין מיט א בענדעל אבער עטץ האטס א רבין א שטריק





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 06:36 לינק ישיר 

יכול פאר די רעדסט פין א איסור דארייתא וויל איך דיר איינמעלדן
אז גיין אין בג"ץ איז כפירה באלקי ישראל,אין קיין איינע פין שטריקס אינעם הפקר לישקע 
מיט דיין עם הארץ בראש מיט דיר ציזאמען האבן נישט קיין פראבלעם  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/10/2008 04:44 לינק ישיר 

סאטמרחסיד,

רוב אחרונים האלטן אנדערשט ווי דער משנה ברורה,
אמת דער משנה ברורה האלט אז מען דארף מאכן קידוש פאר שחרית אבער ווי געזאגט
רוב אחרונים זענען מחולק, עיין שו"ת קרן לדוד פ"ד, וחלקת יעקב ד' ל"ב,
זיי שרייבן "לפיכך מי שמותר לו לאכול לפני התפילה יאכל בלא קידוש...
והאוכל לפני התפילה עושה זאת בלית ברירה, לבריאותו ולא לעונג ולכל לא שייך שאז יקדש.

למעשה, איז קלאר אז דער רבי שליט"א האט בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 02:01 לינק ישיר 

א גרויסן יישר כח פאר אדמיראל פארן אראפשרייבן גאר בקיצור דעם יו"ט, איך וואלט דאס נישט געקענט. אזוי אויך פאר וואלןס"ח, איך האב געהערט אז די אידן אין קר"י האבן זייער הנאה געהאט.

איך האב נאר געוואלט צולייגן א נקודה. ווען מ'האט זוכה געווען צו זען די הייליגע האנט פון רבי'ן אינמיטן די דרשת תקיעת שופר, ווען דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן, "מ'האט מיר ארויפגעלייגט א בענדל אויף די האנט", איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק א מעשה וואס כ'האב מיט עטליכע וואכן צוריק געהערט אויף א קאסעטע פון הרב אבא חייא טויבער שליט"א.

ער האט גערעדט קדושה ענינים צו בחורים, האט ער דערציילט אז הרה"ק דער סקולנער רבי זצוק"ל איז אמאל געזיצן ביי א קבלת פנים פון אן אייניקל א חתן, די כלה איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע, האט דער בדחן ביים קבלת פנים געזאגט אז דער שרף זי"ע איז זיכער זייער פריילעך זיך צו טרעפן מיט'ן סקולענער רבי'ן ביי די שמחה. האט דער סקולענער ארויפגעלייגט די האנט אויפן פנים, און זיך ביטערליך צעוויינט, און דערנאך געזאגט אז ער שעמט זיך צו ווייזן דעם פנים פארן הייליגן שרף זי"ע.

האט רב טויבער אויסגעפירט, אז ער האט פון די מעשה ארויסגענומען עפעס אנדערש, מ'זעט פון די מעשה אז מיט די האנט האט דער סקולענער רבי זי"ע זיך נישט געשעמט, ער האט נישט פוגם געווען און געטוהן קיין מעשים מיט די האנט אז ער זאל זיך דארפן שעמען.

די מעשה האב איך זיך דערמאנט ראש השנה בעפאר תקיעת שופר ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די הייליגע האנט ביי די דרשה אויפן ארון הקודש. ס'איז געווען ימין ה' רוממה.


אשרי הדור שרבינו שרוי בתוכו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2008 01:59 לינק ישיר 

איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט KJ2008 און ס'איז זיכער אז וואס דער רבי האט געטון איז געווען אויסגעהאלטן על פי הלכה, ער קען נאך אזויפיל לערנען ווי די אלע היד פארק שרייבערס

ווי אויך האף מיר דאס איז א גוטע לעסאן פאר די גבאים, דעם רבינ'ס גבאי דארף ווען מיטהאלטן דעם רבינ'ס גאנצע סדר היום וועט ער שוין איינמאל קער נעמען, דער פראבלעם איז אז ווען מען קומט אהיים שפעט ביינאכט פון וומסב"ג שטייט ער נישט אויף 5 צו סליחות, נו פון ווי זאל ער וויסן אז מען קען זיין אויסגעמוטשעט, ער איז פיין אויסגערוט.
איך האב שוין שב"ק באמערקט אז דער רבי איז נישט אין ארדענונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטארישער יו"ט ראש השנה אין סאטמאר (הופפער )
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext