|
|
| נשלח ב-3/10/2008 06:47 |
|
| |
איינער דערציילט מיר אז א זאלי האט עם געפרעגט אז ער האט געהערט אז מיר האבן א רבין מיט א בענדל, האט ער אים גענטפערט, יא אונז האמיר א רבין מיט א בענדעל אבער עטץ האטס א רבין א שטריק
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 06:55 |
|
| |
די גרעסטע חידוש איז קיינער רעדט ניטאמאל פינעם יו"ט ביי הגז"ל
אז אין ראדני האט געקענט אריין פארן ביי מוסף א טרעליער אין מאכן א 360 יו טערין אין קיינעם נישט שעדיגן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 07:23 |
|
| |
געבען אינטערווינעס, איז נישט קיין איסור דאורייתא און אויך נישט קיין דרבנן ווען מען גיט דורך א גוי. עס איז איינגעפירט יום כפור, און מען גיט עס נישט דוקא פאר חולה שאין בו סכנה, אפילו פאר סתם שוואכע מענטשען וואס ווילען האבען מער כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 07:34 |
|
| |
אויב איך מעג אריין רעדען מיינע צוויי סענטס אין די טעמע
ווען מען רופט הצלה צו א מענטש, איז הצלה דער פוסק אחרון וואס מען דארף טוהן מיט דעם מענטש
הצלה האט זייערע רבנים, גרויסע פוסקים, און די הצלה לייט טוען אלעס לויט זייערע הוראות
אין חבוש מתיר עצמו, אפילו גדול שבגדולים. אדם קרוב אצל עצמו און מען קען נישט אליין פסקקנען וואס מען דארף טוהן פאר זיך
ווען דער הייליגער ריזשינער זי"ע, דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע, האבן געדארפט אויספאסטן יום כיפור, האבן זיי געשיקט פרעגען די דיינים ביי זיין אין ביהמ"ד
אין איין ווארט: אויב הצלה האט איינגעזעהן אז מען דארף געבן אינטערווינעס, דארף מען נישט הערן וואס עס איז געווען די דעה פון רבי'ן, נאר וואס איז געווען די דעה פון הצלה
ווי האט רבי חיים בריסקער ז"ל געזאגט? איך בין נישט קיין מיקל אין הלכות יום כיפור, נאר א מחמיר אין הלכות פיקוח נפש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 08:46 |
|
| |
איך האב אביסל ארומגעזוכט אין "אוצר החכמה", דארט זע איך אז ס'איז א מחלוקה אויב לייגן אינטערווינעס איז א איסור דאורייתא אדער איסור דרבנן, אבער זיי שרייבן קלאר אז מען מעג דאס אריינלייגן פאר א חולה שיב"ס, און ר' יונה איז גערעכט אז די הצלה זענען די וואס דארפן פסק'ענען די שאלה לפי ראות עיניהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 12:57 |
|
| |
זעהט אויס אז דיא זאלונים זענען גרויסע מחמירים ווען עס איז נוגע ציא אצווייטנס נפש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 16:19 |
|
| |
אונז האמיר די וואך געלערנט אין גמרא (ביצה ל' ע"א) ווען רבא האט געפרעגט פון אביי היתכון מ'זעהט ווי מענטשען טוען איסורים (רש"י לייגט צו "דרבנן") און מ'איז נישט מוחה??... האט אביי גענטפערט "הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין"
דאס מיינט "לאז צורו די אידען!" ס'איז דא זאכען וואס מענטשען טוען און מ'קען זיי נישט אנשרייען, ווייל אזוי פירט מען זיך שוין א לאנגע צייט און מ'וועט מילא נישט פאלגען.
און אנדערע ווערטער האט דא אביי געזאגט פאר רבא "שטיי ווייט פון זאכען וואס בלאנגט נישט צו דיר!" ס'איז דא גדולי ישראל וואס זיי פסק'נען שוין די אלע שאלות פאר אונז, און ווען זיי זאגען אז מ'מעג געבן IV דאן פרעג נישט קיין פרומע שאלות, יא געמעגט... נישט געמעגט...
און היינו טעמא ד'IV,
והיינו טעמא ד'אורעגוויי פלייש,
והיינו טעמא ד'ווייץ אויף פסח (ביז היינט ווען ס'איז נישט געווען קיין בעסערס מ'האט זיך געמוזט פארלאזען אויף שוואכע היתירום),
והיינו טעמא ד'לולבי א"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 19:20 |
|
| |
איך האלט אויך אז הצלה ווייסט וואס זיי האבען צו טאן, איך האב נאר געזאגט פאר אדמיראל אז זיין מעשה מאכט נישט קיין סענס, אז מען האט געגעבן IV ווייל ער האט נישט געוואלט קידוש מאכען, נאר מסתם האט מען אים געמוזט געבען ווייל עפעס אנדערש וואלט נישט געהאלפען.
איך האב חלילה נישט געהאט קיין שום הו"א אז דא איז געווען חילול יו"ט, מען האט נאר געדארפט אויסגראדען די פאקטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 20:16 |
|
| |
מען רעדט דא פין צוויי זאכן, די הצלה אינגעלייט האבן געגעבן איטערווינעס פארן רבין, וואס מען געט פאר איינעם וואס איז דיהיידערטעט,
אין חוץ דעם האבן זיי געבעטן אז די רבי זאל קידוש מאכן אין עסן עפעס, אין דאס האט די רבי נישט געוואלט. דאס האט גארנישט צי טוהן מיטן געבן אינטערווינעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2008 20:47 |
|
| |
פארוואס שטייט גארנישט אין בלאט פון די גאנצע געשעניש?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2008 00:32 |
|
| |
אלא מאי וואס מיינט אז ס'שטייט גארנישט
|
|
|
|
|