בית פורומים כל העולם כולו

וויצע פרעזידענט דעבאטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2008 21:18 לינק ישיר 

פנחס מיילעך מסכים אבער א הסבר ביטע מיט וואס האט זי פארפאטשקעט אין ווער זאגט אז קיינער דארף נישט אזא פרעזידענט אדער מקור פין ווי די נעמסט דאס 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2008 21:50 לינק ישיר 

קוק דא, זייער גוט אראפגעלייגט
http://www.newsweek.com/id/162396

און קוק וויאזוי ראוו ענטפערט, ער מאכט עס נאר ערגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2008 21:56 לינק ישיר 

אקעי איך הער פאר אלע דארט זאג איך איבער מיין פריערדיגע תגובה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2008 05:37 לינק ישיר 

זיסקייט, אז דו ווילסט אביסל בעסער פארשטיין מיין פוינט, ליין ביטע אדורך דעם ארטיקל אין וואשינגטאן פאוסט:
http://www.washingtonpost.com/wp-dyn/content/article/2008/10/05/AR2008100502176.html?hpid=topnews

ער זאגט עס וועגן די דעבאטע, איך האב געזאגט דאס זעלבע וועגן אירע אינטערוויו'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2008 05:39 לינק ישיר 

איך בין אויסדריקלעך נישט קיין גרויסער פאלעטישן, בעיקר האלט איך מיט די נייעס אין מקוה, און זייער ווייניג אויף די נעטווארקס, פון דעם גאנצן קאמפיין האב איך נאר אביסל מיטגעהאלטן די קאנווענשנס, און אויך נאר ווייניג.

אבער דאך וויל איך אריין ווארפן מיינע טו סענטס.

איך האלט אז מעקעין האט יא א שטארקע שאנס צו געווינען, ווייל וויפיל מען וויל עס לייקענען, זענען נאך אלץ אסאך אמעריקאנער ראסיסטן, און ווילן נישט האבן א שווארצן פרעזידענט, און כ'אב ערגעץ געזען א אינטערעסאנטער זאך (כ'הייב נישט אן צו געדענקען ווי) אז ווען מ'פרעגט מענטשן אויב זיי וועלן אפשר נישט וואוטן פאר אבאמא צוליב'ן זיין א שווארצער ענפערן זיי אז ניין, אבער אויב מען פרעגט זיי אויב זיי קענען איינעם וועלכער וועט אפשר נישט וואוטן פאר אבאמא צוליב זיין קאליר, ענפערן רוב מענטשן אז יא.

והמבין יבין.

און יעצט וועגן פעיליען האלט איך אזוי.
ווער עס ווייסט די היסטארי פון הערי טרומאן ווייסט אז פאר ער איז געווארן פרעזידענט, נישט נאר האבן כמעט קיינער אין אמעריקע נישט געוואוסט פון אזא מענטש צו זאגן - ווייל רוזעוועלט איז שוין געלאפן פאר א פערטן טערמין און קיינעם האט נישט אינטערעסירט ווער איז דער וויצע קאנדידאט - נאר ער אליין טרומאן אליינס האט נישט געהאט קיין שום השגה אין דעם דשאב (ער האט נישט געהאט קיין השגה אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי דער אטאם באמבע ביז נאך וואס ער איז געווארן פרעזידענט).

ער איז געווען ביז דעמאלס א העיבערדעשער (אזוי האט מען עס דאמאלט גערופן, א מענטש וואס האט פארמאגט אזא סארט געשעפט), און נישט געהאט קיין שום פירנדער עקספיריענס, און דאך האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער אן אפעקטיווער פרעזידענט. (דער "באק" האט זיך אפגעשטעלט ביי אים, אין די קאך ווי ער האט גענומען די "היעט"), און די אמעריקאנער ווייסן אז דאס קען פאסירן, און איך האלט קלאר אז קיינער האט נישט ערווארטעט אז פעילין (וועלכע איז געווען בערך ניין יאר אלט ווען ביידען איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן) זאל זיך קענען אויף אן אמת פארהערן מיט אים, אבער לויט ווי איך הער האט זי געמאכט זייער א גוטן דשאב מיטן ווייזן אז זי איז א שטארקע מענטש. און דאס איז וואס אמעריקאנער ווילן זען אין איר, יעדער פארשטייט אז זי וועט זיך צולערנען.

אויב קען זיך אבאמא צולערנען אלס פרעזידענט קען זי זיך זיכער צולערנען אלס ווייס פרעזידענט.

דאס איז מיין מיינונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2008 23:17 לינק ישיר 

ס'קען זיין אז פעילין וואלט געווען א גוטע אויסוואהל ביי א רעגולער וואהל קאמפיין, אבער ביים איצטיגן קאמפיין ווי די עקאנאמיע איז דער הויפט אישו, און רוב מענטשן האלטן אז אבאמא פארשטייט בעסער צו די עקאנאמיע, וואלט א וויצע קאנדידאט ראמני אסאך מער ארויסגעהאלפן דעם מקעין קאמפיין.

למעשה פרובירט מקעין צו טוישן די אישו אויף פערזעליכקייט, די מידיא וועט פארשטייט זיך פרובירן צו רעדן דעם מינימום דערפון (אדער בעיקר שרייבן די ענטפער'ס פונעם אבאמא קאמפיין), העמיר זעהן ווער ס'וועט אויספירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2008 00:17 לינק ישיר 

גביר אדיר, קען זיין אין עקאנאמישען אשכול וואלסטו בעסער געוואוסט וואס דער מצב איז, דא זעט אבער נישט אויס אז דו ווייסט צופיל, ווי דו זאגסט עס אליינס.

לאמיר דיר עפעס אויפקלערן, די וועלט האט זיך היבש געטוישט זייט טרומען איז ערוועהלט געווארן, (דאס איז אויסער וואס ער איז יא געווען באוואסט) אלעס גייט מיט א אינטערנעט שנעלקייט וואס יעדע נארישע אינטערוויוא וואס פעילין גיט ווערט גראד פארשפרייט און ארומגעפירט און יעדער קען זיך איבערצייגן אז בחורים וייסן היינט מער וואס זי.


געב א קוק דא

http://www.youtube.com/watch?v=L8__aXxXPVc

די רעפובליקאנער דא וועלן מיט אים נישט מסכים זיין, אבער עפעס זאגט ער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויצע פרעזידענט דעבאטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.