דער דיין ר' משה שליט"א איז א באקאנטער גרויסער תלמיד חכם ולמדן, ובפרט אין די מקצועות פון חושן משפט. ער איז א מתמיד נפלא, ער זיצט שעות על גבי שעות אויף איין פלאץ ועוסק בתורה מיט א זעלטענע שקידה והתמדה.
רבינו שליט"א האט זיך נישט לאנג צוריק אויס געדריקט אז צווישען די אייניקלעך פונעם קדושת יו"ט, איז ר' משה דער גרעסטען למדן !
חוץ מזה איז ער א צדיק ועובד ה' מנעוריו, און זיין דאווענען איז מיט א גרויס התלהבות און א שטארקער ברען.
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט אים שטארק מקרב זיין אלץ קינד און אלץ בחור, זייענדיג א יתום און א קינד פון זיין איידעם, און א אייניקעל פון זיין טאטען דער הייליגער קדושת יו"ט, און טאקע ר' משה איז שטארק אדוק אין די ספרים פון רביה"ק, און איז א פלאם פייערדיעגער קנאי למען כבוד שמו ית'.
ס'איז א פראכט און א שטאלץ פאר גאנץ סאטמאר אז דער חשובער דיין שליט"א איז נתמנה געווארען דארך רבינו הגה"ק שליט"א צו פיגורירן אלץ איינער פון די סאטמארער רבנים.

|
|