בית פורומים כל העולם כולו

בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2008 05:19 לינק ישיר 
בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

די בדי"צ העדה החרדית שליט"א האט פרייטאג געבעטען קהלת תולדות אהרן מבטל צו זיין זייער געמישטע שמחת בית השואבה וואס קומט פאר יעדעס יאר אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין מאה שערים.

די יהדות החרדית פון ירושלים פארפירט שוין לאנג קעגן תולדות אהרן וואס זיי מאכן יעדעס יאר זייר שמחת בית השואבה פאר אלע ציונים, מזרחיסטין, פרייע, וכו' זיי טוען דאס שוין ארדוויטייזען וואכן לאנג פארדעם אין אלע געגענטער אין ארץ ישראל, ווייל זיי ווילן אז יעדער זאל קומען און אזוי כאפן זיי אפאר חברה וואס האבן א פאר טאלער.

עס איז אומבאשרייבלעך ווי אזוי מאה שערים קוקט אויס אין די טעג פון שמחת בית השואבה אדאנק תולדות אהרן, עס הערשט אזא מין תערבות אנשים ונשים לא יאומן כי יסופר, און דאס איז חוץ דעם וואס זיי ברענגן אן אלע מיני כאלאזען ציונים פרענקען כל צרוע וכל זב, די מצב איז איום ונורא.

די בי"ד האט דאס שוין לאנג גוואלט מבטל זיין אבער זיי האבן מורא געהאט פון תולדות אהרן וואס האט זיי שטענדיג געסטראשעט אז זיי וועלן ארויס גיין פון די עדה וכו', איצט נאכדעם וואס די קנאים און די בדי"ץ האבן געפירט די מלחמה כבידה קעגן תולדות אהרן וואס זיי האבן זיך מחבר לרשעים געווען מיטן רב הכותל שמואל ראבינאוויטש, און די בדי"ץ האט געווינען מיטן צווינגען תולדות אהרן ארויס צוטרעטען פון דארט מיט בושות וחרפות, איצט האבן זיי זיך גענומען צו זייערע ביינער איבער די שמחת בית השואבה תערובות.

אזוי אויך איז די בדי"ץ אונטערן דריק פון אלע רבנים און ירושלים דאס אפ צושטעלען און די וואך האבן א טייל רבנים מפרסם געווען א קול קורא אז מען דארף דאס מבטל זיין, און זיי מיינען אויף די ליבאוויטשע וואס טוען דאס.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2008 23:03 לינק ישיר 
גליון האמת קען מען דאונלאודן דא

http://ladaat.net/forum/index.php?action=dlattach;topic=5227.0;id=51462



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/11/2008 18:55 לינק ישיר 


אמאל פלעגט מען זאגן אז א צייטונג איז איין שטיק שקר, דער איינציגסטער אמת איז דער נאמען פונעם צייטונג, דער "האמת" האט ב"ה נישט דעם פראבלעם, עס איז איין שטיק שקר, און דער נאמען איז נאך דער גרעסטער שקר פון אלעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 17:58 לינק ישיר 

קומפוט, עס שטייט אין "האמת" דערפאר מיז עס זיין אמת...?

אישית ווייס איך נישט וואס דארט איז געווען און ווער איז גערעכט, אבער ווען איך זעה די גרופע פון יפו מיט אלטר משה און די משוגעים פון אהל שרה אויף די אנדערע זייט, פארשטיי איך אז תולדות אהרן איז דאס מאל גערכעט.

אגב, ווען די מארקעט איז אראפ אין איך וויל מיך משמח זיין, רוף איך אלתר משה צו הערען ווי ער שעלט, האב איך געהערט דארט זיין אינטערוויא מיט "אן ארץ ישראל יוד", ווי ער לייגט אראפ די מעשה, זאגט ער דארט "מיר האבען זיך אוועקגעשטעלט מאכען זיכער אז קיינער גייט נישט דורך די גאס" אין די תו"א חברה זענען געקומען אין אינז געגעבען מכות, איך וואלט געוואלט פארשטיין, ווער גיט זיי די רעכט אפצושטלען די גאס און נישט אדורך לאזען?

א מינוט שפעטער דערציילט ער "די תו"א זענען געקומען אין געהייסען א בחור אוועקצוגיין, האט ער גענטפערט דאס איז א רשות הרבים אין איך מעג דא זיין", זענען די משוגעים פון אהל שרה מיט חיים הערש בעלי בתים אויף מאה שערים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2008 01:39 לינק ישיר 
נאך




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/11/2008 01:38 לינק ישיר 
אינעם גליון "האמת"




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/11/2008 03:36 לינק ישיר 

איי עם סארי, ר' חיים הערש איז נחום אטיק גבאי, ער טוט אלע שמוץ און טעראר וואס אטיק הייסט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 01:55 לינק ישיר 

באקומען אין אישית פין ישכר012

ר' חיים הערש איז שוין לאנג אנגעווייטאגט אויפן תולדות אהרן ווייל ווען אלע זאלי קנאקרעס קומען קיין ארץ ישראל ווי די לעפקאוויטש'ס מיט גאדינגער גיין זיי נישט נישט צי מהרח"צ נאר קיין תולדות אהרן
אין אויף דעם בלוטיגט שוין מהרח"צ א לענגערע צייט 

פאר  יאר האט מהרח"צ געוואלט אסר'ן די פירות פין ארץ ישראל אלץ שמיטה אין ער האט געהפט אז תו"א וועט זיך צישטעלן צי אים, אבער דערווייל האט זיך תו"א אויסעלאכט פין אים 
אין ער איז געבליבן מיט א קאליצע פין מנשה פילעף אין מיט אלתר גאלבערגער 

יעצט האט זיך מרהח"צ מיט נחום אטיק צי זאם געשטעלט מיט די נטירה קרתא צי צי פיקסן תו"א 
אין דער ווילדער אטיק קאכט א קאשע אלעס אויפן חשבון פין ר' חיים הערש

 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2008 00:08 לינק ישיר 

אבי דו מוזט שוין א מודה במקצת...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 00:02 לינק ישיר 

אטיק איז נישט גבאי ממש - טערראריסטעל און זיין מאפיא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2008 23:47 לינק ישיר 

נחום אטיק איז נישט קיין גבאי ביי הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2008 23:02 לינק ישיר 

פון  וויפיל מענטשען באשטייט די קהילה פון אהל שרה וואס מען רופט סיקריקים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2008 22:29 לינק ישיר 

נחום אתיק פון ר' יים הערש גבאים איז פון די הויפט אנפירער קעגן תולדות אהרן, חוה"מ האט אים תולדות אהרן געלזאט ארעסטירען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2008 10:58 לינק ישיר 

איך פרעג דיר ווי קען א יפו'ער האבן א שייכות מיט תולדות אהרן, און בכלל מיט הערליכע אידן,
עס איז געווען עפעס א פרשה מיט איהם אין תו"א ווי מ'האט איהם בשם די הנהלת הקהילה שטילערהייט משלח געווען, כדי איהם נישט צו מאכן קיין בזיונות, והא ראיה אז עס איז טעקע געווען געפערלאך ווייל זייט דעמאלס טרעט ער נישט אריין אין תו"א, און אלס נקמה זיכט ער יעדעס מאל צו זיי קריטיקירן מיט וואס זאל נאר נישט זיין, פארשטייט זיך באיצטלא דקדושה, וויל ער איז דאך כלאמפעריש דער פארטרעטער פון אידישקייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2008 10:32 לינק ישיר 

ווייסט איינער די ראלע וואס נחומ'על אטיק נעמט אן קעגן תולדות אהרן ??

אין פארוואס ?

וואס האט דער יפו'ער קעגן תולדות אהרן ??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/11/2008 01:51 לינק ישיר 

יענקי123 איז גערעכט

ווער עס אזי שוין געווען אין מאה שערים אין ביידע שוהלן קען זען אז דער קליפ וואס יחזקאלאברה ברענגט איז פון תולדול אברהם יצחק און נישט פון תולדות אהרן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext