ס'איז שוין ערב סוכות און מ'קען שוין ניכטער אנאליזירן די געווינער און פארלירער פון די דערי לולבים סקאנדאל.
גרעסטערפארלירער = ישראל שווארץ. פארלוירן א האלב מיליאן דאלאר. און דאס האט ער צו פארדאנקען זיינע גוטע פריינט, די לויפער מאפיא מיט זייער פורים בית דין בראש.
צווייט-גרעסטע פארלירער - סאכדעס. האט געכאפט א שאס פון זייערע גוטע פריינט, די אמעראצים פון די לישקע.
הרב הלל וו"ב וואס האט געמיינט אז מיטן זיך לעקן צו זאלי און זיינע אמעראצים וועלן זיי אים שעצן - נאט אייך ! פון די זאליס וועסטו באקומען נאר פארראט.
סתם לוזער - ר' זאלי טייטלבוים. = דא האט זיין לישקע אינטערגעשריבן לאיסור. זיין ראב"ד און שמאב"ד, און ער איז עפעס פארשווינדן ווי א שוחט אין די ניין טעג. עס שטעלט זיך ארויס אז ר' זאלי האט באקומען אזא קאמפלעקס אז ס'רייסט שטיקער. אפשר מיינט ער אז אזוי וועט אים ישראל שווארץ געבן געלט, ווייל ער איז שטיל !
ביטערע לוזער - זאלי לישקע פורים ית דין - דאס אז ר' לייביש לייזער האט גענומען דרעי לולבים, צייגט ער מיט דעם, אז דער איסור פון די זאליס איז פאליטיק און נישט מער ווי נאך א פורים פסק פון די פורים לישקע. = ר' לייביש לייזער האט געוויזן אז דער פסק פון די זאליס איז קיינעם נישט מחייב !
צווייט-געווינער = סאטמארער רבי שליט"א. ווען ישראל שווארץ'ס קינדער זענען געקומען צו אים בעטן א היתר. האט דער רבי געזאגט: עס איז א סכסוך צווישן 2 סוחרים, און האט גארנישט מיט די הלכה - איך מיש זיך נישט אין ביזנעס פראבלעמען.
דאס אז די גרעסטע רבנים און ראשי ישיבות זענען געקומען צו אים אין שטוב, און הערן זיין דעת תורה, כדת מה לעשות איז א סימן אז ער איז דער גדול הדור בתורה והלכה והנהגה.
נשלח ב-16/10/2008 23:16
ער האט עס געזאגט פאר די באנק.
איך מיין אז אויך דו האסט עס געהערט פון זיין זון פון אנטווערפען
נשלח ב-16/10/2008 21:08
האט עס ר' ישראל שווארץ אליינס געזאגט, אדער האט ער עס נאכגעזאגט פון איינעם, אדער זאגסטו עס נאך פון איינעם וואס האט עס געהערט פון ר' ישראל, אדער האט עס ר' ישראל געהערט פון דיר אליינס?...
נשלח ב-16/10/2008 21:04
הו קעירס ווער עס איז שולדיג אז שווארץ האט שאדן געהאט געלט:
הצד השוה שבהן, שווארץ האט געדינט די מאפיא לויפער, האט ער איצט באצאלט זייער א טייערן פרייז.
קענסט זאגן אז ס'איז מן השמים, אז קענסטו זאגן אז מן הארץ.
דער תמצית איז, אז מיט'ן גיין מיט לויפער אדער מיט די זאליס באצאלט מען זייער ביטער.
ישראל שווארץ האט עס יעדן געזאגט אז די זאלי בית דין זענען איינפאכע טעראריסטן און אמעראצים.
ישראל שווארץ האט דוקא יא געהאט א גרויסע ראלע אין די אריזאנא ווייץ פאבריקאציע.
דעמאלט האט ער ערליך געדינט די לויפער מאפיא, און יעצט עסט ער די פרוכט דערפון.
אצינד, צי די פראגע צי ער האט פארלוירן א האלב מיליאן אדער הונדערט טויזענט איז אוממעגליך צי וויסן דעם אמת - ער אליינס האט געזאגט בקול רם אז ער האט שאדן געהאט 350 טויזענט. אפשר האט ער מגזם געווען, אפשר האט ער נישט געזאגט די גאנצע.
איבערן יום טוב האב איך געזען גאנץ אסאך סאטמארער אידן, זקנים עם נערים מיט לולבים וועלכע זעען אויס צי זיין דרעי, איך האב נישט געפרעגט קיין מענטשן. אבער מ'קען דאך עפעס דערקענען א שיינעם דרעי לולב.
די גרעסטע קשיא האב איך אויף רז"ל, אויב זיין לישקע בית דין האט ארויסגעגעבן א פסק הלכה לאיסר, ווי איז ער?
דאס אז ער קען די לולבים פרשה פינקט ווי ער קען הלכות עירוב איז נישט קיין אישו, אבער פארוואס האט ער נישט אינטערגעשריבן? באקומט ער אפאר טאלער פון ישראל שווארץ? וויל ער נאכאמאכן זיין עלטערע ברודער?
דוד, קענסט ענטפערן, נאר אן קללות
נשלח ב-16/10/2008 20:30
אז עס שמעקט דיר אזוי זאל זיין אזוי, עניוועיס איז עס נישט די ערשטע און נישט די לעצטע ליגענט וואס איז און וועט געשריבן ווערן דא אויף דעם פארום.
נשלח ב-16/10/2008 20:21
די ביסט א פלאנער שקרן דיין צונג אין דיין מוח זענען אין קאנפליקט
נשלח ב-16/10/2008 20:13
איך בין נישט אין ישראל שווארצ'ס הויזן צו קענען וויסן וויפול געלט ער האט דערלייגט, אבער דאס איז זיכער אז גאר אסאך סאטמארע חסידים האבן היי יאר נישט געקויפט קיין דערי לולבים, טייל ווייל זיי הערן זיך צו צום דעת תורה פון די רבני הגרז"ל, און טייל ווייל כמעט אלע רבנים וואס האבן געשריבן אויף להיתר האבן אבער געשריבן אז עס איז אוודאי בעסער צו נעמען פון פלעצער וואס האט נישט קיין שום חשש און נישט נעמט שוין אריין מענטשען וואס באלאנגן נישט צום רז"ל פארטיי.
נשלח ב-16/10/2008 19:58
דוד'ל טאמיר די וועסט געוויאר ווערן אז ישראל שווארץ האט נישט דערלייגט קיין געלט
דעמאלס וועסטו אויך האלטן אז די לישקעס פאוער איז ווערט זילטש
אין קען איינער פעסט שטעלן וואס רוב סאטמאר האט געניצט
נשלח ב-16/10/2008 19:52
פאלאנד
זאג אפען: איך ביו אן אהרוני, און מאך דיך נישט תאמעוואטע כאילו דו ביזט א נייטראלער.
אפגעזען די שאדן וואס ר' ישראל האט געהאט (וואס שולדיג איז דעם איז איין מענטש וד"ל) האט מען געזען דעם גרויסן כח פון די דייני ומורה צדק תלמידי ותלמידי תלמידיו פון רבינו הקדוש זי"ע, אז תלמידי וחסידי סאטמאר האבן זיך אפגעהאלטן פון נוצן די דערי לולבים
נשלח ב-16/10/2008 19:47
איך האב עס אויך באקומען פין daryland פינקט ווי די האסט עס באקומען
ער האט נישט גערעדט אויף קיין איין "גדול "
נשלח ב-16/10/2008 15:57
דאס האב איך באקומען אין אישית פון איינער וואס קען נישט שרייבן דא, און איך נעם נישט קיין אחריות אויף וואס עס שטייט דא, ווי אויך האב איך משפר געווען די פאר פלעצער וואס איז געווען אויסגדריקט מיט חוצפה קעגן א געוויסן גדול.
איך האב נישט קיין רשות כתיבה ביטע טי מיר א טובה אין לייג דאס אריין
דזשוליאני אז די ווייסט נישט קיין פאקטן שרייב נישט קיין שרייעדיגע קעפלעך - צו פארלירן א האלב מיליאן דאלאר - האט ער געדארפט איבערבלייבן מיט צוואנציג טויזענט דערי לולבים - אין פאקט האט ער היי יאהר געשניטן טאקע כמעט די סכום פון צוואנציג טויזענט לולבים..., - זייענדיג באקאנט מיט די פאקטען לאמיך דיר פארציילען אז אין וויליאמסבורג און אין מאנרא האט ער טאקע פארקויפט עטליכע הונדערט לולבים ווייניגער - אבער חוץ פון דעם פאקויפט ער אין קראן הייטס לעיקוואוד בארא פארק פלעטבוש אוןאיבער די גאנצע וועלט ווי לאנדאן אנטווערפען און אלל אווער שווערע טויזענטער לולבים - און דארט ווייסט מען נישט ווער הגאון ר' זלמן לייב פילאפ און לויפער זענען
צווייטענס, אפילו אין וויליאמסבורג און מאנרא האט מען געזעהן היבש דערי לולבים - איך רעד שוין נישט ביי חסידי מהר"א וועלכע האבן געפאלגט דעת הגאון רבי מענדל זילבער שליט"א און ר' ישראל דוד הארפענעס האט יעדן געהייסן קויפן נאר דערי לולבים - נאר אפילו ביי די וועלכע זענען גענויגט צו מהרז"ל פארטיי האט מען אויך געזען אסאך בני תורה און בעל הביתישע אידן וועלכע האבן געהאט דערי לולבים - און די סיבה איז פשוט ווייל מהר"א מסאטמאר האט עס נישט בפירוש מתיר געווען דעריבער איז עס ביי זיי נישט געווארן אסור ביהרג ואל יעבור - און יא אסאך זאלונים האבן געהאט דערי לולבים - איך וועל דיר מגלה סוד זיין אז איינער פון מהרז"ל'ס קינדער האבן אויך גענוצט א דערי לולב! = = און פארשטייט זיך אינדערויסן פון סאטמאר קויפט מען דאך אפילו אתרוגים פון א"י סאו סך הכל האבן אפאר הונדערט בני יואלס ר' זלמן לייב פילאפס חסידים און לויפערס נישט געקויפט קיין דערי לולבים - גאנץ שיין אבער פון דא ביז פארלירן א האלב מילאן דאלאר איז ווי צו גיין קיין אריזאנא צו די ווייץ
יעצט צו ישראל שווארץ האט געמאכט אדער פארלוירן געלט - איך וואונטש דיר די זאלסט מאכן אזויפיל וויפיל ער האט פארלוירן... - ווי דערמאנט פארקויפט מען רוב סחורה אויף האלסעיל - און וואס מען פארלירט אין וויליאמסבורג מאכט מען אפ אויף די אתרוגים... - מען בעט צו עטליכע הונדערט דאלאר פער אתרוג ווער עס קען ר' ישראל שווארץ ער איז א געזונטער סוחר וד"ל
דאס ביזטו גערעכט אויב ישראל שווארץ האט אמאל געטראכט פון זיין א זאלי ווייסט ער יעצט גיט ווער זיי זענען
יעצט האט ישראל שווארץ שוין איינגעמאלדן אז קומענדיגעס יאר פסח וועט ער נוצן נאר אריזאנא מצות א גאנץ פסח... ווייל נאר ער ווייסט דעם ריכטיגן אמת פון די אלע שקרים וואס ער האט געהאט א חלק דערין.
און דאס האב איך געהערט פון א זון פון ישראל שווארץ פערזענליך.
דער זון האט מיר געזאגט אז זיין טאטע האט נישט אנגעדרייט בפועל די סווימינג פול מעשה, נאר ער האט עס נישט געלייקענט... און אז זיין טאטע האט נישט געטראגן קיין אריזאנא ערד פאר יואליש שילדקרויט...
דער תמצית איז: מיר דארפען נישט ישראל שווארץ, נאר אזויפיל איז גוט צו זעהן אז די זאלי קאמפאני ווערט געפירט פון ראדיקאלע אמעראצים:
מנשה פילאפף, מאפיא לויפער, שילדקרויט, שימעלע וואלדמאן
ענבי הראזשינקע בענבי הראזשינקע דבר נאה ומתקבל. דער בוכ"ע זאל העלפן אז ס'זאל זיין א בנין עדי עד... דעמאלט וועט דער נועם השטריק מיט זיין לישקע גיין מדחי אל דחי.
נשלח ב-13/10/2008 22:19
וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט גע'פסק'ט זעט מען אין זיינע הייליגע ספרים.
וואס די אמעראצים פסק'ן איז איינעם נישט אינטערסאנט.
אינטערסאנט איז אז נייטרא'ער דיין, טעלזער ראש ישיבה, וויענער דיין און נאך אנדערע גאונים און פוסקים זענען נישט אינטרעסירט צו הערן וואס מהרז"ל אדער קיטשי זאלי האבן צי זאגען אדער זינגען נאר קומען צום סאטמארער רבי'ן הערן זיין דעת תורה.
ר' ישראל חיים מנשה האט געלערנט אין בית המדרש עליון, און בשעת רבינו זצ"ל איז נאך געזינט געווען האט ער נאך געארבעט אין פאסט אפיס, נאכדעם ואס רבינו הק' איז נישט געזונט געווען האט אים די רעבעצין אויפגענומען א טובה צו טאן פאר ר' אהרן טייטלבוים ע"ה וואס איז געווען געטריי צו איר.
גראדע הער איך אז עס איז א מחלוקה צווישען די תלמידים פון רבינו הק' וואס ער האט געהאלטען, די תלמידים פנחס אביש, ר' מנשה פילאפף, אלטר משה, אברהם לויפער, נחום ראזענבערג, ר' שלמה לייב וויינבערגער, און יעקב תרח, מיט מאיר יודל, שמואל טייטלבוים, ר' זלמן לייב טייטלבוים, אייזיק וויינבערגער, מס. באבע אינדיג, משה גבאי, מיידלעך שטערן, מיט שלום שניצלער און זיין ברודער מאיר, האלטן אז די רבי האט עס געאסרט.
און די אנדערע תלמידים ווי זלמן לייב וואלדמאן, ר' נתן יוסף זצ"ל, ר' ישעי' יעקב שטויבער, ישראל מענדל שווארטץ, בראדער רב, שארווינטער, נחמן בראך, יודל וויינשטאק, מנשה בירענבוים, משה לייב דייטש, יחזקאל בראך,אליזער קעסטענבוים וכו' האלטן אז מען מעג יא...
אזא פנים האט די גאנצע זאך.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 13/10/2008 22:56:08