דער איד: אהרונים ... ימח שמם!!!
אין דער איד (גוי) די וואך זעלט ער אן די אהרונים, ווייל אין דער בלאט פאר 2 וואכן צוריק איז געשטאנען אז אזוי ווי אסטאר האט גענומען די הכשר פון די מסרבין לדין והולכי ערכאות וועד הכשרות דזאלי ממילא זאל דער עולם נזהר זיין דערוועגן.
סא ברענגעט ער א קאפיע אין דער איד פון די בריוו פון דער בלאט אין ער שרייבט אז ער האט נישט וואס צו זאגן אויף די אהרונים מער, נאר ימח שמם!!!
יא איר ליינט גוט ימח שמם!!
עס קוקט אויס אז די קליינע בריוועלע האט אים ארויס גענומען פון די כלים מער פון אלעם.
און דער אמת איז אז די סטאר מענגא פלאם וואס געפינט זיך אויף וואלאבאט קעגן איבער ביהמ"ד קראלע, וואס האט גענומען די הכשר פון די מסרבים לדין, האט מיט דעם אליינס ארויסגעשריגען אהרונים ימח שמם איך דארף נישט זייער ביזנעס, זיי זאלן ביי מיר נישט אריינטרעטען, איך האב זיי פיינט, זיי זאלן פייגערן, זיי זאלן סם עסן, און נאר די זאליס זאלן ביי מיר איינקויפען.
סא וואס איז, פארוואס דער בעל הבית פון מענגא פלאם מאכט א בויקאט קעגן די אהרונים מיט נעמען די הכשר פון די מסרבים לדין, וואס מיט דעם זאגט ער אז ווער עס קומט איינקויפען ביי מיר שטיצט די זאליס און מסרבים לדין, סא פארוואס טארן די אהרונים נישט מאכן א בויקאט קעגן אים, און נישט אריינטרעטען אין די סטאר מענגא פלאם ווילאנג ער נעמט נישט אראפ די טריפה'נע הכשר?
וועלכער אהרוני וויל שטיצען די מסרבים לדין, וואס גייען אין ערכאות?
מענגא פלאם איז חלק כחלק מיט שאולי פערלשטיין משה גבאי אליעזר קעסטענבוים וכו', מיטן שטיצן מענגא פלאם האט איר א חלק אין די השחתה פון די זאליס, אין זייער השמטות לדין תורה, והליכה בערכאות רח"ל!
 |
|
|