בית פורומים כל העולם כולו

מקעין איז קאפוט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2008 18:38 לינק ישיר 
מקעין איז קאפוט!

מ'האלט שוין נאך אלע 3 דיבעיטס,סאיז 2 אהאלב וואכן צו די וואלן, שוין 3 וואכן און א צי וואס ער איז ווייט אונטערשטעליג און די נעשנעל פאולס, ער איז ביטער אונטערשטעליג און אלע בעטלגראונד סטעיטס, ער איז אויך אינטערשטעליג און אסאך טרעדדישנל רעפובליקען סטעיטס, ווי מיזורי, ווירדשיניע, נארד-קעראליינע, קאלאראדא, נעוואדע, נארד-דעקאטע,

די רעפובליקענס פרובירן זיך צו טרייסטן יעדן טאג פון עפעס איין גוטע פאול צווישן 12 שלעכטע, דראדש מאכט א גאנצע וועזן פון עפעס איין געלאפ פאול, איי ס'דא 15 אנדערע וואס זאגן אז ער איז טיף אין דער ערד.

בקיצור, געוואוינטס ענק צו: פרעזידענט באראק אבאמא



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 17:51 לינק ישיר 

more on this

http://en.wikipedia.org/wiki/Bradley_effect#Barack_Obama_and_a_possible_reverse_Bradley_Effect



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 17:48 לינק ישיר 

עס איז דא וואס זאגן גאר פארקערט אז עס קען גאר זיין א "רעווערס ברעדלי עפעקט" ד.ה. אז ווען מען וועט אריינקומען אין שטים בודקע און טאקע וועלן שטימען פאר מעקעין צוליב די ראסע פיינטשאפט וועט מען זיך אבער געבן א טראכט, איין מינוט, איך האב טאקע פיינט שווארצע אבער מיטהאלטנדיג די וואלן האב איך באמערקט אז מען האט צוטאן מיט א קלוגען מענטש וואס האלט זיך פעסט אויף זיינע זאכן און טאנצט נישט יעדן טאג מיט אנדערע פלענער אבי צו געווינען די וואלן, און פארן לאנד וועט זיכער בעסער זיין אונטערן שווארצן אבאמא, און מען וועט דאן אראפקלאפן דעם ווייזער אויף אבאמא...

תוקן על ידי הערשעל ב- 27/10/2008 17:48:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 17:25 לינק ישיר 

לויט זאגבי ווערט דער פארמעסט נאך ענגער.


פון די נעכטיגע 5.3 פראצענטיגע אויבערהאנט פאטר אבאמא, האלט עס היינט ביי 4.8 פראצענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 16:18 לינק ישיר 

גאנץ א שטארקע מעגליכקייט.

ווען איך וואלט געווען א קלינטאן שטיצער וואלט איך פשוט נישט ארויסגעגאנגען שטימען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 07:06 לינק ישיר 

שלא כדרכי, וויל איך צולייגן עפעס וואס איך האלט וועט שפילן א ראלע אין די וואלן, אבער קיינער רעדט נישט דערוועגן: פארביטערטע קלינטאן וויילער.

אנהויב פונעם פראצעס האבן זיי זיך מער געוואגט ארויסצוטרעטן אפן, יעצט פאסט זיי שוין נישט צו זאגן אז זיי גייען שטימען פאר דעם רעפובליקאנער, בפרט נאך וואס די קלינטאנ'ס האבן זיך אזוי אפן ארויסגעשטעלט פאר אבאמא, אבער אין די בודקע קען מעגליך זיין פונקט גענוג פון זיי איבערצודרייען דעם פארמעסט.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/10/2008 7:05:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 01:15 לינק ישיר 

לויט ווי די פאולס אין וויכטיגע סטעיטס רוקן זיך נענטער לויט טייל פאולס איז אלעס מעגליך אין די פארבליבענע וואך.


לויט ווי דער בארימטער פאליטישער אנאליסט (און געוועזענער ביל קלינטאן קאפ שטיק) דיק מאריס שרייבט אין זיין טעגליכן קאלעם, האט מקעין נאך אויסזיכטן צו געווינען.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:55 לינק ישיר 

2 וואכן בעפאר די ניו העמפשיר פריימעריס האט מקעין גערענטירט א ניו העמפשיר געווינס, יעדער האט דעמאלט געלאכט פון אים, מען האט געמיינט אז ער איז טיף דעפרעסט, למעשה האט ער געווינען די פארמעסט - ער האט באוויזן דאס אומגלויבליכע.

היינט מקעין ווידער גערענטירט אז ער גייט געווינען דעם פארמעסט, ונראה מה יהי' מחלמותיו.

http://www.politico.com/news/stories/1008/14951.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:43 לינק ישיר 

דאס ווייזט קלאר, אז עטליכע פראצענט האבן פשוט ליגענט געזאגט פאר די פאולסטער, נשט וועלנדיג פארעכנט ווערן אלס ראסיסטן, אבער ביי זיך אין הארץ ווילן זיי נישט זען קיין שווארצן אין ווייסן הויז


דאס זעלבע אין געווען אין פענסילוועניע..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:42 לינק ישיר 

רעכטער


איינס פארענטפערט די צווייטע

דאס איז עס אזי דא א שטילער ראסיזם אין אמעריקע האט מען געזען ביי די דעמאקראטישע פריימעריס טאקע אין ניו העמשיר, ווען אלע פאולס האבן געוויזן א זיג פאר אבאמא קעגן קלינטאן, דערווייל האט קלינטאן באוויזן צו זיגן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:41 לינק ישיר 

רעכטער איין זאך בין איך מחולק מיט דיר סאיז דא געניג ווייסע דעמעקראטען וואס קענען נישט וואטען פאר א שחור א דעמאקראט אין די סאוט איז נישט די זעלבע דעמאקרט ווי אין נאו יארק  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:33 לינק ישיר 

די מקעין שטיצער האבן נאך 2 זאכן אויף וואס צו האפן. 1) אז אמעריקאנער זענען ראסיסטן, 2) אז מקעין וועט ארויסקוועטשן א אומגלויבליכע זיך ווי ביי די פריימעריס בפרט ניו העמפשיר.

אויף די ערשטע האפענונג - מען קען טאקע האפן אז אמעריקאנער זענען ראסיסטן, אבער מען דארף אויך פארשטיין אז די דעמאראטן וועלן סייווי שטימען פאר אבאמא און די פאר פראצענט אינדעפענדענטס וואס זענען ראסיסטן וועלן נישט אויס מאכן צו אסאך.

לגבי ארויסקוועטשן א זיג - אמת טאקע אז מקעין האט ארויסגעקוועטשט דעם פריימערי זיג אומגלויבליך, אבער וואס פאר גרויסע קונץ עס זאל נאר זיין קומט עס נאך אלץ נישט צו צו אבאמא'ס צונעמען די דעמאקראטישע נאמינאציע פון קלינטאן, די זיכערע געווינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 22:54 לינק ישיר 

רוב אנאליסטן ווילן נאכנישט זאגן מיט א 100 פראצענטיגע זיכערקייט אז אבאמא איז שוין דער זיגער, כאטש רוב פאולס ווייזן אז ער שטייט העכער.


אבער זיי האלטן אז מקעין קען עס נאך באווייזן, כאטש עס איז היבש א שווערע זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 22:12 לינק ישיר 

איך ווייס אז סאיז ווישפול טינקינג אבער איך האלט נאך אלץ אז מעקעין מאכט עס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 21:47 לינק ישיר 

אויב זאל מקעין באווייזן דאס אומגלויבליכע, וועט ער דאס האבן צו פארדאנקען פאר ר' יאסל דעם פלאמער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 21:44 לינק ישיר 

לויט ווי מקעין זאגט ווייזן זיינע אינטעירנל פאולס אז ער געינט יעדן טאג, און האלט אז נאוועמבער 4 וועט זיין א לאנגע נאכט ווייל עס וועט זיין זייער א נאנטער אויסגאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מקעין איז קאפוט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext