בית פורומים כל העולם כולו

סיני מאלאוויצקי ארטיקיל אין דער איד שמחת בית השואבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2008 03:02 לינק ישיר 
סיני מאלאוויצקי ארטיקיל אין דער איד שמחת בית השואבה

אין די סוכות ביילאגע אין דער איד איז דא אן ארטיקל וואס ר' סיני מאלוויצקי שרייבט איבער שמחת בית השואבה
וואס ווער סוויל וויסן זיך פארשטעלן וויאזוי  בערך ס'האט אויסגעקוקט אין בית המקדש שמחת בית השואבה
זאל עס ליינען
ער טארגט אריין דעם מענטש אינעם מצב עפעס געוואלדיג אין מען האבן א ריכטיגן עונג יו"ט

אויב איך געדענק גוט האט ער שוין אמאל באשריבן יום כיפור אויך אזוי, מען זיך געקענט צידאכטן אז מען שטייט אין
לעבן כהן גדול ביי עבודה

לייענט'ס אין האטס הנאה אין א עונג יו"ט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2008 14:26 לינק ישיר 

כ'האב נישט געוואלט שרייבן חול המועד, אבער פערצופאל דאס מאל האט ער מיר זייער אנטוישט.

דער ארטיקל איז טייל פון א סעריע ארטיקלען וועלכע לויפט שוין יארן לאנג, און זענען בדרך כלל ממש אויסצוגיין פאר זיסקייט. איך לייען אסאך היימישע צייטונגען און מאגאזינען (לאו דוקא אויף אידיש), און איך מיין אז די דאזיגע סעריע איז די בעסטע זאך וואס איך האב נאר אמאל געטראפן אין א היימישע אויסגאבע [אין משפחה קען זיך אמאל אמאל פארווארפן א ענליכע ארטיקל, ווי צב"ש גרילק'ס שילדערונג בעפאר די פאריגע וואלן פון די 'מלחמה' אין פאנעוויזש מיט אולמערט'ס קדימה - וואס האט זיך אגב ארויסגעשטעלט אלס הוילע בחירות פראפאגאנדע - אדער דער סאטירישער ארטיקל מיט העכער צען יאר צוריק איבער די רעפארמער'ס קאנספיראציע צו שמד'ן זיך אין 2000, אד"ג].

אבער אנדערש ווי געווענליך, ווען סיני פירט אריין דעם ליינער אין א אנדערע וועלט און מאכט אים שפירן כאילו ער איז נעבן בית המקדש, האט ער דאס מאל זיך צופיל ארומגעדרייט רינגס און ארום אן מיטנעמען מיט זיך דעם ליינער.

כ'קען אים פארשטיין, פארט איז פאראן ווייניג אין אונזערע מקורות איבער די פאקטן פון שמחת בית השואבה, פארט האט עס נישט געמאכט דעם יו"ט פאר מיר. זעהט אויס איך גלייך מער ווען ער צונעמט יענע יארן דורכ'ן פערספעקטיוו פונעם איינצעלנעם פערזאן - ווי די ביכער סעריע פון "אשרי עין ראתה זאת".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיני מאלאוויצקי ארטיקיל אין דער איד שמחת בית השואבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext