שמיטה, מאכן ליצנות פון רבנים איז נישט קיין קונץ, דאס איז דאך די פאך פון די מסרבים לדין והולכי בערכעות העולמי.
דאס האבן זיי דאך געטוען מיט הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, הגה"צ אב"ד אודווארי, הגה"צ ר' פישל הערשקאוויטש, הגה"צ אב"ד וויען, הגה"צ מראחוב ועוד.
אנפאנג האבן זיי געמאכט ליצנות פון רביה"ק הברך משה זצוק"ל און געענדיגט האט זיך עס מיט ליצנות פון די תורה הקדושה אליינס רח"ל.
ס'איז אייביג געווען ליצני הדור און פון זיי איז סוף כל סוף נישט געבליבן גארנישט, פון די היינטיגע ליצני הדור וועט סוף כל סוף אויך נישט גארנישט בלייבן.
ס'איז נישט קיין שום שאלה אז על פי תורה איז הרה"ח ר' משה חיים ווייס דער בעל הבית איבער די מוסדות ה"ק. וויאזוי שעמען זיי זיך נישט צו זאגן אפן אז ר' משה חיים קען נישט בויען טאקע דורך זייער הרמת יד בתורת משה רבינו ע"ה?
יא, די 2 רבנים שליט"א האבן נישט געוואלט אריינגיין אין זייער ביהמ"ד טאקע וועגן זייער הרמת יד בהתורה ה"ק.
צו זיין א שומר שמיטה דארף מען קודם זיין א שומר תורה ומצות.
|
|