פון אונטער די קוליסן הער איך אז די שלעגערס פון תולדות אהרן וועלכע האבן אנגעפירט די פריצות און שלעגערייען פארגאנגענעם חוה"מ ביי די שמחות בית התועבה לויפן איצט צום ביד"צ עדה החרדית אז מ'זאל זיי ראטעווען און אז בי"ד זאל ארויסגעבן א בריוו און זיך אננעעמען פאר דעם לינקען רבי'ן ר' דוד קאהן
עס איז נישט קיין פראגע צי די יונגלעך אין בי"ד וועלן נישט געבן קיין בריוו. זיכער וועלן זיי געבן, און עס וועט זיך אויסשטעלן אז יעדער וואס האט אפאר דאלאר צו סטראשען, ווי עליש ענגלענדער און תו"א רבי וועלן כאפן בריוועלעך פון ביד"צ, און ביד"צ וועט טראגן אזא פנים ווי משפט שלום.
די קשיא שטעלט זיך אויף תולדות אהרן. ווען ביד"צ האט זיי באפוילן נישט צו מאכן מער די תועבה טענץ האבן זיי אנגעפיפן, פארוואס קומען זיי יעצט צו ביד"צ פאר פראטעקשאן?
ווען תו"א רבי לאדענט מאיר פרוש צו די חתונה, פארוואס פרעגט ער דעמאלט נישט דעם דעת פון ביד"צ?
פארוואס ווען זיי שטעלן זיך צוזאם מיט די רב הכותל פרעגן זיי נישט וואס ביד"צ האלט?
דער תמצית איז אז די תולדות אהרנ'ער האבן געכאפט זייער ביטערע פעטש פון גאנץ ירושלים, און זיי מיינען אז א בריוועלע פון ביד"צ וועט זיי העלפן...
הערט אויף חלומ'ען.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 23:07:24
נשלח ב-26/10/2008 22:50
און וואס זאגט מהר"א מסאטמאר?...
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 23:09:42
_________________
נשלח ב-26/10/2008 23:13
דוד, אן אטאקע?
עניוועי, תו"א רבי איז צישאסן פון די מכות וואס ער האט געכאפט.
איך גלייב נישט אז א בריוועלע פון ביד"צ וועט אים עפעס צוגעבן. דאס איז אין צוגאב וואס זיינע גרעסטע שטיצער וואלי לעפקע און גאדינגער זענען אויף א געבראקטע צרות.
דער לינקער תו"א רבי זעט שוין איין אז זיין אמאליגע טעראר מאשין איז דעסטרויד.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 23:11:03
_________________
נשלח ב-26/10/2008 23:44
איך האב יעצט גערעדט קיין ירושלים און איך הער אז גאנץ תולדות אהרן איז געשלאסן...
פריער איז פארטיג געווארן די מושב בי"ד, ווי תולדות אהרן בראשות פונעם גבאי ר' גבריא' שישא האבן פארפירט אז זיי דארפן א בריוו זיך אנצונעמען פאר תולדות אהרן, ווי בי"ד זאל שרייבן אז עס איז נישט געווען קיין פריצות ביים שמחת בית השואבה, זיי האבן אראפ געליידט פאר בי"ד אלע פאשקאווילען וואס מען האט געווארפן קעגן זיי, אזוי אויך א קאפיע פון "דער בלאט" קעגן די פריצות, אויך א קאפיע פון דא הייד פארק "כל העולם כולו".
זיי האבן פארפירט און געשריגען אז זיי גייען אונטער, פון אויסלאנד און ניו יארק רופען זיי אן עשירים און זאגן זיי אז זיי הערן אוי, צו שיקן תמיכה צוליב די פריצות, אזוי אויך איבעראל איז די תולדות אהרן רבי מבוזה געווארן אויף א שרעקליכען פארנעם.
יונה'לע, איך זעה קענסטו זייער גיט דעם סיסטעם ווי אזוי הגהק רבי אהרון - ווען ער האט נאך געהאט סאטמאר אין די לינקע טאש (כלשונו) - האט געדרייט דאס ביד"צ ווי אזוי "ער" האט געוואלט.
אבער היינט גייט שוין נישט אזוי יונה'לע, די וועלט האט זיך געטוישט זייט דאס טעראר האט זיך אפגעשטעלט (ליין: הגהק רבי אהרון געווארן אויס פירער פין סאטמאר)
נשלח ב-27/10/2008 02:15
איך געדענק נאך ווען ר' משה ארי' פריינד זצ"ל איז ארויסגעקומען קעגן סקול דיסטריקט ווען דער בירך משה האט געלעבט.... וואו איז געווען זיין בעלות אלס נשיא?
אויך ווייס איך צו זאגן אז דאס ביד"צ האט זיך אנגעפיפין אויפן הייליגן דברי יואל זי"ע ביי די פרשה פון רבי עמרם בלוי זצ"ל... וואו איז געווען זיין בעלות אלס רב אין זיין שטאט?
און אצינד ביסטו מכובד צו ענטפערן פארוואס די זאליס פון די קענען נישט אויסלייגן די פאר גרייצער צו לייגן עטליכע ביימעלעך און שטיל מאכן דעם קול פון די קנאים און לאזן די פריצות יונגען און מוידען ווי אין עטרת בלעם אומגעשטערט
נשלח ב-27/10/2008 04:44
רבי-יונא, צוויי קשוית צו דיר
א) דו ביסט געזעצן דארט ביים מושב בי"ד אז דו קומסט יעדע פאר שעה ארויס מיט פרישע אינפארמאציע, אדער האסט געמאכט אן אייגענעם מושב בי"ד?