בית פורומים כל העולם כולו

פרישע פראבלעם אין וומ"ס; נידערמאן באשטעטיגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2008 00:00 לינק ישיר 
פרישע פראבלעם אין וומ"ס; נידערמאן באשטעטיגט

א פרישער פראבלעם איז אנשטאנען דעם שבת אין וויליאמסבורג פון וואס הונדערטער איינוואוינער וועלן אפעקטירט ווערן דערפון און זענען שוין אפעקטירט געווארן.

דעם פארגאגענער שב"ק איז ארויפגעשטעלט געווארן לענגאויס קענט עוועניו, פון בראדוויי ביז דיווישאן NO STOPING סיינס און אזוי אויך "נאו סטענדינג" סיינס פון דיווישאן און וויייטער.

אויב ווייסט איר וואס 'נאו סטענדינג' מיינט, זאלט איר אוודאי נישט וויסן פון קיין "נאו סטאפינג" אז איר לייגט נאר ארויף א פיס אויף אייער ברעיק אין יענער געגענט קענט איר שוין קריגן א קוויטל מיט א שיינער פדיון צו דער זייט.

זינט דעם שב"ק, נאכדעם וואס די שילדן זענען ארויפגעלייגט געווארן, האבן שוין 91 מענטשן באקומען טיקעט'ס דערפאר.

עס איז היינט נאכמיטאג געווען א פרעסע קאנפרענץ און א פראטעסט דארט, אנגעפירט דורך ר' אברהם יצחק אברהאם ווי מ'האט דאס שטארק אראפגעריסן און אנגעפארנגען א פרישער מערכה קעגן דעם.

צו דער זעלבער צייט איז אבער אויך באוויסט געווארן א וווייטאגליכער פאקט אז קאמיטונעטי באורד נומער 1 האט עס פולקאם באשטעטיגט נאכדעם וואס זיי האבן געשטימט 39 דעפאר און 2 דערקעגן.

CB1 האט אין זיך בערך 5 מענטשן וואס באלאנגן צו UJO אריינגערעכנט משה דוד נידערמאן פערזענליך. און ווי די רעקארד'ס ווייזן האט משה דוד נידערמאן וכת דילא געשטימט לטובת דעם גאנצן קענט עוועניו פראיעקט און די איינצעלע 2 וואס האבן געשטימט דערקעגן איז ר' דוד אהרן וויינשטאק און א גוי.


דא האט איר די נייעס איבער דעם פראיעקט און ווי די CB1 האט געגעבן זייער עפראוועל דערפאר. ווי זיי שרייבן
 Community Board 1 in north Brooklyn voted 39-2 to support adding a separated bike path to Kent Avenue
http://www.streetsblog.org/2008/04/10/brooklyn-cb1-approves-bike-path-in-place-of-parking/




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2008 01:35 לינק ישיר 

האלא
די מעשה איז די זעלבע, די פאוסט איז נאר וואס עס איז געווען די סיבה פארוואס אלע אידן האבן עס איגנארט
וואו איז געווען שימעלע ? אברם מאיר ? אברם יענקל ? און וועבער יוסי ?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2008 00:22 לינק ישיר 

"לעבעדיגער" — וועלכער האט אנגעהויבן דעם אשכול — ענדיגט זיין באריכט ווי פאלגענד:


CB1 האט אין זיך בערך 5 מענטשן וואס באלאנגן צו UJO אריינגערעכנט משה דוד נידערמאן פערזענליך. און ווי די רעקארד'ס ווייזן האט משה דוד נידערמאן וכת דילא געשטימט לטובת דעם גאנצן קענט עוועניו פראיעקט און די איינצעלע 2 וואס האבן געשטימט דערקעגן איז ר' דוד אהרן וויינשטאק און א גוי. 

יעצט קומט עסקן מיט א פרישן נוסח — שוין מילדער ווי "לעבעדיגער" — און שרייבט:

די וואוט איז געווען און חודש ניסן און עס איז געווען 39-2 + עטליכע מענטשן האבן געפעלט 
אויב די אידן וואלטן געוואוט צוזאמען א קעגן וואלט דאס געווען א מעסעזש, האבן זיי געוואלט פיקסן די אהרונים וואס האבן פונקט יענע צייט באקומען פארקינג אויף קענט האבן זיי אדער גארנישט געוואוט אדער נישט געמאכט קיין צומעס

אזא פנים האבן די אהרונישע מעשיות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 23:38 לינק ישיר 

דער אינטערגרונט פון די מעשה
די וואוט איז געווען און חודש ניסן און עס איז געווען 39-2 + עטליכע מענטשן האבן געפעלט
אויב די אידן וואלטן געוואוט צוזאמען א קעגן וואלט דאס געווען א מעסעזש, האבן זיי געוואלט פיקסן די אהרונים וואס האבן פונקט יענע צייט באקומען פארקינג אויף קענט האבן זיי אדער גארנישט געוואוט אדער נישט געמאכט קיין צומעס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 23:30 לינק ישיר 

פאר די פולע בארד גייט דאס צו די ספעציפיש קאמיטי  - טראנספארטעישאן קאמיטי דארט זיצן 5 אידן איינע פון דע איז שמעון ווייזער ווי אויך דוד אהרן וויינשטאק
Transportation Committee in Community Board # 1

TRANSPORTATION

Toro, Chair
Harfenes
Kalita
Lawrence
Fox
Vicente
Ganzfried
Weiser
Weinstock






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 21:55 לינק ישיר 

דא האט איר א נייעס דערוועגן.

http://www.yiddishworld.com/index.php?option=com_news&id=4608&view=article



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 15:22 לינק ישיר 

חייםחייקל, ביסט א טיפיקל זאלי. שרייבסט א מעשה אויסגעזויגן פון פינגער אנע טראכטן אז נאך איינער איז דארט געווען און וועט דיר כאפן ביים פשוטן ליגענט.

די שרייבסט אויבן: "ווי זענען דיינע פר(ט)עטער פין UJCAIR ?? משה דוד מיט נאך אייניגע אידישע פירער האבן זיך יא באטייליגט און ארויסגעברענגט די ווייטאג פין די שכינים"

להוי ידוע. משה דוד מיט זיינע אזויגערופענע אידישע פירער זענען "נישט" דארט געווען! אויב זענען דארט געווען אידישע פאטרעטער זענען דאס נאר עסקנים פון UJCARE.

גרשי שלעזינגער איז דארט געווען, אייזיק ווויינבערגער איז דארט געווען, אברהם יעקב לעווי איז דארט געווען, אברהם יצחק אבראהאם - משה דוד'ס בלוט שונא - איז דארט געווען און ער האט דאס פאררופן. און אזוי אויך נאך אינגעלייט, עסקנים פאר UJCARE.

איין שמעון ווייזער איז דארט געווען, וואס איז אויך פאריאגט געווארן פון דארט מיט ביזיונות פארן פראבירן צו מאכן א טומל דארט ווי עס באלאנגט נישט.

משה דוד קומערט זיך נישט מיט די ווייטאג פון די שכינים, ער איז דער וואס האט עס עפראווד, ער איז דער צינדער זאל ער נישט פראבירן צו לעשן.

און חייםחייקל, פרעג זיך נאך בעסער פאר די ברענגסט דא דיינע מעשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 11:33 לינק ישיר 

זעהט נאויס אז נידערמאן גייט באקומען פראצענט'ן פון די אלע פארקינג טיקעטס וואס מענטשן גייען באצאלן וועגן דעם האט ער מיטגשטימט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 05:12 לינק ישיר 

יונה די קענסט נישט האלטן א סיקרעט........

ווען גייט ארויסקומען דער צווייטער צייטונג וואס די שרייבסט קעגין נידערמאן?

איך האב מורא אז מען וועט דיך פייערען פונעם "בלאט" פארן ארויסגעבן סודות פין חדר

די רעדסט צופיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 04:36 לינק ישיר 

אויב איז טאקע אזוי ווי דו שרייבסט אז יו דזשעי או האט פינעף מענטשען אין קאמיוניטי בארד 1, איז עס א געוואלדיגע עוולה מצידם וואס וויליאמסבורג טאר נישט פארשווייגן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 02:36 לינק ישיר 



נידערמאן האט געשטימט יא פאר אוועקנעמען פארקינג.
נידערמאן האט געמאכט א שווייג ביז היינט.
נידערמאן וועט ווייטער פראבירן משוגע מאכן די שטאט מיט זיין מציצה בפה שטותים.


ווען ס'וועט ארויסקומען נאך א צייטונג קעגן אים, זאל ער כאטש וויסן פארוואס.
זאל דער נידערטרעכטיגער נידערמאן הערן.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/10/2008 6:56:12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 01:47 לינק ישיר 


           יונה'לע : מען ברויך פארפירען און שרייען די מצב איז איום ונורא. ... האהאהאהאהא

ווי ביסטו מיט דיינע חברים געוען היינט ביים פראטעסט וואס די שכינים האבן געמאכט?
ווי זענען דיינע פר(ט)עטער פין UJCAIR ??
משה דוד מיט נאך אייניגע אידישע פירער האבן זיך יא באטייליגט און ארויסגעברענגט די ווייטאג פין די שכינים
מן הסתם האבן זיי נישט געוויסט אז די MEDIA וועט דארטן זיין, ווייל זיי גייען נאר דארט ווי מען קען כאפען בילדער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 00:52 לינק ישיר 

דודל הרב נידערמאן האט ארלעדיגט וואס די רעדסט היינט עפעס שרעקליך ברמיזה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:47 לינק ישיר 

אודאי ארבעט ער, נאכדעם וואס הרב נידערמאן האט ערלעדיגט איז ער דא צו נעמען די קרעדיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2008 00:33 לינק ישיר 

הרב ארי' לייב איז נישט אין די CB1, מ'האט אום נישט געפרעגט פארדעם אויב מ'זאל עס יא אדער נישט מאכן, נידערמאן איז אבער יא דארט און ער האט געשטימט דערפאר, אלעס איז דאקעמענטירט. פארוואס האסטו פלוצלינג אפגעמאכט אז ס'איז אויסדריקלעך נאר בלומבערג? שמעקט דיר נישט? כ'פארשטיי.

ר' ארי' לייב וועט אי"ה ארבייטן דעראויף, UJCARE וועט פראבירן צו טוען וואס מעגליך. אין פאקט האבן זיי שוין היינט געארבייט דערוועגן און ארבייטן ווייטער ביי די DOT. לאמיר האפן אז זיי וועלן עפעס אויס'פועל'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2008 00:31 לינק ישיר 

דודל קיינער רעדט נישט פין בייק לעינס דא רעדט מען פין פארקינג
יעצט האט ער געוואט דערפאר אדער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע פראבלעם אין וומ"ס; נידערמאן באשטעטיגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext