איך האב מורא אז איר האט מיר נישט פארשטאנען, אדער האב איך פשוט נישט גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט.
אלע יארן פון ווען די וועלט שטייט זענען די רעגירונגען געווען גאר שטרענגע אין אלע הינזיכטן, גערעכט טאקע אז א גוי איז א גוי, און פון אן א עבירה האט ער גאר ווייניג מורא, אבער א גוי האט אייביג געהאט א זעלבסט-רעספעקט, אזויווי איך האב אויבן געשריבן.
די היינטיגע ליבעראליזם האט געברענגט אזא חורבן אויף אמעריקע, פאר נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך געקענט גיין זומער אין מאנהעטן מיט אראפגעלאזטע אויגן (פרעג נאר האקאבו, ער איז נאך פונעם עלטערן דור), היינט קען מען דאס שוין אויך נישט.
איך האלט אז די רעגירונג איז די איינציגסטע וואס קען פרובירן צו אביסל צוריקהאלטן דעם גוי, און די קאנסערוואטיווע זענען טאקע די וואס שרייען אז די רעגירונג קען נישט צולאזן דאס הפקירות.
דאס וואס איך האב גערעדט פון קלינטאן, האב איך ניטאמאל געמיינט זיינע סקאנדאלן, איך האב בעיקר גערעדט פון זיין בכלליות'דיגע אויפירונג, איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען ווי ווייט אמעריקע האלט שוין, ווען דער פרעזידענט איז א עמך גוי איז עס גאר א מעלה, (וועגן זיינע סקאנדאלן רעד איך ניטאמאל, דאס האט דאך אינגאנצן צוגרונד געלייגט דעם אימעדזש פונעם פרעזידענט).
ווען דער פרעזידענט פירט זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש לאזט דאס איבער א געוויסן רושם אויף יעדע גוי, א פרעזידענט איז א מענטש וואס דארף ציען צו זיך א רעספעקט, און איך האלט אז אויב מקעין וועט זיין פרעזידענט וועט דאס ווייסע הויז ציען אסאך א שטערקערע רעספעקט ווי דער אבאמא.
נאכאמאל, איך רעד בעיקר איבער די קאנסערוואטיווע אידעלאגיע, וואס איך האלט איז מער ריכטיג תורה'דיג.