איך הער אז דראדזש פלאנט ארויפצולייגן דעם אנקעטע אויף זיין סייט, און געבן א 4688 ליעד פאר מעקעין...
נשלח ב-31/10/2008 20:53
הרב kj2008, צוויי פראגן:
1) אבאמא וועט געווינען שטארק, עלעקטארעל אדער אין ציפערן?
2) דו גייסט נישט שטימען ווייל דו האלטסט פון קיינעם, אדער ווייל דו ווילסט גיין פאר מעקעין און דיין שטימע וועט במילא נישט דעצידירן אין ניו יארק?
נשלח ב-31/10/2008 20:30
איך האלט די זעלבע ווי שפיטצער, א שמאלע געווינס פאר אבאמא, און מען קען גארנישט פאראויס זאגן.
מיין פרעדיקשאן. קומענדיגע וואך וועל איך מעגליך טוישן מיין מיינד.
עלעקטארעלס:
אבאמא 291
מקעין 247
נאציאנאל:
אבאמא 50%
מקעין 49%
סענאט:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 5 זיצן.
קאנגרעס:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 20-25 זיצן.
איך האלט נישט אז מען קען פאראויס זאגן, נאר אויב איינס פון מיינע שאצונגען וועלן זיך ארויסשטעלן צו זיין ריכטיג וועל איך קענען זאגן "קוק, איך האב געוויסט"...
איך האלט אז אבאמא וועט געווינען שטארק, איך טראכט נישט צו וואויטן פאר קיינעם פון זיי.
נשלח ב-31/10/2008 04:05
דוד דאכט זיך אז פריער האסטו ארום געדרשנט אויף א אנדערע אשכול ווי מצילייגט די באגאבונדען אין די לוזערס פון די "אזויגעריפענע" וומ"ס משתלטים שלום דייטש [מיט די סעלפאון] אין מ. ד. נעידער-מאן [טרינקט א קאווע שטייעדיג]. נו ווי ביזטו אהער געקומען ??? האסט אלעס אזוי פלוצים איבער געלאזט? מוועט נאך מיינען אז די ביזט א טשיקען אין די זיכסט צו פארדרייען די אומבאטעמטע אנגעווייטאגטע שמועס [קענסט צוריק קומען מיט אצווייטע ניק אויך דאס מאל]