בית פורומים כל העולם כולו

בדי"צ מיט פרישע בריוו וועגן ראטעווען מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2008 21:28 לינק ישיר 
בדי"צ מיט פרישע בריוו וועגן ראטעווען מירון

ביטערע מכות פאר תולדות אהרן!

שארפע בריוו פון ביד"צ העדה החרדית קעגן שמואל רבינוביץ!

ווי עס ווערט יעצט פארעפנטליכט האט ביד"צ העדה החרדית אין א באזונדערן מושב בי"ד אין שפיץ פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און מרן הראב"ד שליט"א, נאכן אויסערן אלע ביידע צדדים, און נאכדעם וואס תולדות אהרן האט געלייגט אומנארמאלע דרוק און געסטראשעט מיט דאס ערגסטע אויב דער ביד"צ וועט ארויסגיין קעגן דעם איבער געבן מירון אין די הענט פון די טמאנ'ע מדינה בראשות דער "רב" הכותל שמואל רבינוביץ.

האט דער ביד"צ ארויסגעגעבן זייער פסק דין פאר אלע הקדשות אז זיי זענען מחוייב צו פירן א מלחמה און ח"ו משתף פעולה זיין מיט שמוליק רבינוביץ.

אזוי אויך ווענדעט זיך דער ביד"צ אין בריוו מיט א רוף צום יהדות החרדית בארץ ובתפוצות צו לוחם זיין בכל הכח קעגן דעם נידעריגן שמוציגן בונד פון תולדות אהרן - שמואל רבינוביץ - מדינת ישראל,

למען ציון הרשב"י לא נשקוט!

בריוו וועט באלד ארויפגעלייט ווערן.




תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 04/11/2008 23:49:07



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 22:18 לינק ישיר 

דו אומפארשעמטער שמוציאן!


וואס האט דאס מיט תולדות אהרן?

הרב ליכטענשטיין איז שוין נישט אין די ועדה, און עס האט גארנישט מיט זיי.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 22:20 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער פרישער בריוו פון בית דין – וירא הקהל וישפוט צו דאס האט מיט תולדות אהרן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 22:57 לינק ישיר 

רבי איז דער בריוו פון דוד ריכטיג, אדער איז דא אן אנדערע בריוו פון ביד"צ קעגן תולדות אהרן, אזוי ווי דו שרייבסט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2008 23:03 לינק ישיר 

ווי די בת היענה...

שריי שריי מיט די קאפ אריינגעשטעקט אין דער ערד, עס האט גארנישט מיט תולדות אהרן...

געוויטשע הויעך עס האט גארנישט גארנישט גארנישט מיט תולדות אהרן...

גאר מיינט מען אוהל שרה...

בשעת א דאנק און נאר מיט די הילף פון תולדות אהרן איז צושטאנד געקומען די נייע וועד פון רבינוביץ, וואס ער איז א פרעזענדליכער חבר מיטן תולדת אהרן רבי, אן די הילף און שווערע ארבעט פון תולדת אהרן וואלט קיינמאל די וועד נישט געווען.

און אגב איז ליכטעענשטיין ארויס נאר נאך וואכן פון מחאות און ווען תולדת אהרן האט שוין נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמיזט ברעכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 23:19 לינק ישיר 

און דא נאדיר נאכמאל עס האט נישט גארנישט גארנישט גארנישט מיט תולדת אהרן...!!!

סתם בלאף חלומות דמיונות...

(באקומען אין תיבה אישית)

נישט צום גלויבן!

תולדות אהרן פייפט אריין אין בי"ד אין גרויסן און ארבעט ווייטער מיט די מדינה הציונית און איר פארשטייער שמואל רבינוביץ צו נעמען הערשאפט איבער מירון.

די לעצטע דריי טעג איז געקומען אין מירון שמואל רבינוביץ אינאיינעם מיט מרדכי יצחק ליכטנשטיין פון תולדות אהרן וועלכער בי"ד האט געפסקנ'ט אז ער מוז זיך אפזאגן, צוזאמען מיט די נבילה שרית דנה פון משרד המשפטים און א פארשטייער פון משרד התיירות און משרד הדתות, באגלייט מיט איבער צעהן פאליציאנטן, וואו זיי ארבעטן אויס די פלענער זיך צו נעמען בויען אין מירון א קעגן דעם פסק בי"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 23:53 לינק ישיר 

יונה'לע


עס איז אפילו נישטא ווער עס זאל לאכן פון דיר...

זעט אויס אז נאכדעם וואס דער בלאט האט נישט געקענט שרייבן די צוגעזאגטע ארטיקל קעגן תולדות אהרן, ווייל זיי וואלטן געבליבן צום נאר פון די וועלט, ביזטו געבליבן מיטן ארטיקל אין בויך און דו מוזט עס דא אויסברעכן...

פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 01:37 לינק ישיר 

אויך איז כדאי צו באמערקן אז ליכטנשטיין פון תולדת אהרן איז נאכנישט ארויס פון די ועדה, ער איז געבליבן אין ועדת פיתוח און ער איז נאר ארויס דערווייל פון ועדת החמישה.

און דער נייער פארשטייער אין ועדת החמישה איז ר' בן ציון קופערשטאק וועלכער איז אויך א שייכות מיט תולדות אהרן, יעדער קען דאס זעהן אויף די וידיאו און פיקטשערס פון תולדת אהרן רבי צינדן אין מירון, וואו מ'זעהט אז אלס איז ארגנאזירט דורך קופערשטאק, און תולדת אהרן האט אים אריינגלייגט אנשטאט ליכטענשטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 02:04 לינק ישיר 

ביי די זאליס איז אנגענימען אז ווער סקען קוויטשען ביי המלך, אין טאמיר ווער ער נאך הייזעריג
ביי שלח רפואה שלימה ר"ה, דער האט א פאס צי טרעטן אויף די תורה מיט ביידע פוס
אנגעהויבן פין די עירוב ביי פוילישע גוים אויף ראדני, ביזן גיין צים טאמ'נעם ציניסטשן בג"ץ .

פאר די זעלבע טעם האבן די זאליס געמאכט א יד אחת מיט ר' דוד קאהן וואס ווי באקאנט
איז ר' דוד קאהן גאר א לינקער מענטש ,אנגעהויבן פין אויסרייסן קינאות אין ריפן חברי כנסת צי זיינע מסיבות, ביז שלאגן קנאים ביז רציחה .

ר' דוד קאהן קען רעדן היבראיש ביי מסיבות אין דיל ניו זשערסי אלעס ווייל קינאות פארנעמט ביי אים נישט קיין פלאץ, ליידער האט ער עס באוויזן !!!









 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/11/2008 02:16 לינק ישיר 

כדאי צו באמערקן, אז ר' דוד קאהן האט געוואוינט אין ניו יארק בשעת מרן רביה"ק זי"ע האט נאך געלעבט, אבער מען האט אים נישט געזעהן פאר די אויגן ביי די הייליגע טישן וכו', אזוי אויך פלעגט ער נישט קומען מיט קיין קוויטל צו מרן רביה"ק זי"ע.

נאר צום קלויזענבורגער פלעגט ער גיין, ובפרט צו זיינע חומש רש"י שיעורים פלעגט ער גיין כמעט יעדע וואך (ווי ער פלעגט אסאך מאל רעדן און חוזק מאכן פון רביה"ק זי"ע), און צו אים פלעגט ער דיין מיט א קוויטל.

אויך איז צו באמערקן אז ר' דוד קאהן ווען ער האט נאך געוואוינט אין מאנסי איז אין זיין ספרים שטוב נישט געווען בנמצא קיין איין ספר פון מרן רביה"ק זי"ע און אוודאי נישט די ויואל משה, אבער פארשטייט זיך אז אלע ספרים פונעם קלויזענבורג'ער האט ער געהאט. נאך די פטירה פון זיין טאטען ווען ער האט געמוזט געפעלן פאר לעפקאוויטש גארדינגער וכו', האט ער געבעטן ר' יוסף הערש וויינשטאק אז ער זאל אים פארשאפען אלע ספרים פון רביה"ק זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בדי"צ מיט פרישע בריוו וועגן ראטעווען מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext