|
|
| נשלח ב-10/11/2008 06:35 |
|
| |
סקאט, איך זעה אז יעקעלע'ס ארטיקל האט אנגערירט די זשעק פאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 21:40 |
|
| |
ביטע זיך האלטן צו די טעמע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:11:22
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 21:56 |
|
| |
ביטע זיך האלטן צו די טעמע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:10:44
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 22:01 |
|
| |
ביטע זיך האלטן צו די טעמע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:10:03
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 22:21 |
|
| |
דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף, א פלא פון א זאך, די פאליציי וואס האט זיך שטארק אנגענומען פאר אייך נאכדעם וואס דער מחלל יום טוב בפרהסי' משה דוד נידערמאן האט גערעדט אויף זיין סעלפאן מיט סיטי האל, און האט געפויעלט אז די פאליציי זאל זיך פאר אייך אנעמען, עם כל זה האבן זיי באשלאסן צו ארעסטירן נאר דריי זאלי שלעגער, און קיין איין אהרוני, ווייסטו פארוואס, ווייל דו אהרונים האבן נישט געהויבן קיין הענט, זיי זענען נאר אריין אין א בית המדרש וואס זיי האבן געהאלטן אז דאס באלאנגט צו זיי, אלזא, טאקע משם ראי' למי החותמת ולמי הפסולים,ווער ס'זענען די שלעגער און ווער ס'האט נאר געכאפט שלעק,
און טאקע נאר ווייל מיין רבי שליט"א איז נישט קיין סבלן, האט ער אוועק געשטויסן דעם משה גבאי וכת דיליה, און זיך אליין געבויט א מלוכה רבתי שאין כדוגמתה, און דאס איז דער סוד פון אונזער מעכטיגע הצלחה.
און פאר דעם צווייטן חכם, (און אפשר גאר דער זעלבער חכם) וואס רופט זיך סקאט מאלען וועל איך זאגן, אז היינט צו טאג זענען אלע ערליכע רבנים וראשי הישיבות משכימים לפתחו פון רבינו שליט"א, ווען דער ראש ישיבה פון באלטימאר ישיבה וויל וויסן מה דינו של לולב מארץ ישראל בנוגע שמיטה, צו וועם מיינסטו גייט ער פרעגן, געוויס צו רבינו שליט"א, און ווען ער קומט אן קיין קרית יואל און מען זאגט עהם אז רבינו שליט"א איז היינט אין וויליאמסבורג, דרייט ער זיך אויס און פארט קיין וויליאמסבורג, ס'פאלט עהם אפילו נישט אן צו גיין צו דיין שטריק צו הערן מה בפיו, אזוי אויך ווען ס'האנדעלט זיך וועגן אריזאנא ווייץ, אינדיאנער שייטלען, שחוטה מונחת, שחיטה מהודרת, וכו' צו וועם גייט מען פרעגן, נאר צו איין איינציגן סאטמארער רבי שליט"א, ווייל ער איז דער פוסק אחרון, און דאס הייסט א רבן של כל בני הגולה, צו דו ווילסט יא צו נישט, שמשון יאנקל מיט מאיר ראטה אדער אפילו ר' ישראל חיים מנשה מיט ר' זלמן לייב פיליפ וועלן נישט באשליסן ווער עס איז סאטמארער רבי, דאס קען נאר באשליסן די גדולי הדור ווי רבי מאיר בראנסדורפער שליט"א, צו רבי משה שטערנבוך שליט"א וכו' צוזאמען מיט די טויזענטער חסידי וזקני תלמידי רבותינו הק' בעל הדברי יואל ובעל ברך משה זכותם יגן עלינו, נאר זיי קענען באשליסן ווער עס זאל טראגן דעם טיטל "סאטמארער רבי" , און בסייעתא דשמיא איז חפץ השם בידם הצליח למעלה מדרך הטבע, און נאך א מזל אז דער רבי שליט"א איז נישט קיין סבלן...
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 11/11/2008 8:13:59
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 22:46 |
|
| |
יענקעלע
קענסט איבערקייען א מיליאן מאל דיינע נארישקייטן
טויזנטער סאטמארער תלמידים וחסידים לאכן פון דיין צדיק'ל וועלכער האט זיך איינגערעדט אז ער וועט זיין דער רשכבה"ג
יעצט מוז ער יעדע פאר וואכן ארומלויפן פראווען ערגעץ אנדערש...
נישט אומזיסט האט מען געזאגט אז ער איז רבי "בכל העולם כולו"...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 00:06 |
|
| |
סקאט מאלען סאטמאר איז נישט קיין באוועגונג סאטמאר איז א קהילה מיט א רב סאיז נישט שייך צי זאגען איך בין א סאטמארער אבער איך האלט מיך נישט ביים אינטערווארפען קיינעם ווער עס ווארפט זיך נישט אינטער איינע פין די צווי האט מיט סאטמער 0000000000 נול נאדא
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 00:16 |
|
| |
ליינענדיג די לעצטע פאר תגיבות האב איך א בליק געטוען אויפן קעפל צו מיר שטייען נאך אונעם זעלבן אשכול. איך מיין אז מ'איז דא אביסל פארפארן.
צוריק צום טעמע.
דוד, איך אין דיינע שיך וואלט איך מיר פארמאכט דאס פיסק ביי דעם אשכול. די זאלי'ס שפייען בלוט יעדעס מאל זיי זעהן נאך עפעס איבער די חתונה-תקנות, זיי פארפירן און ווילן פארשטיין פארוואס זייער פירער (?) רז"ל קען נישט טוען א כל שהוא, כאטש עפעס לטובת די ארימע שיכט אינערהאלב זיין קהלה.
עטליכע קהלות האב זיך שוין צוזאמגענומען דא אין ניו יארק און נאכגעמאכט די זעלבע זאך, ס'איז פארמריט געווארן א גאנצר "וועד הקהילות" איבער דעם נושא, ס'איייצניגסטע ווואס שטעלן זיך נישט צו דערצו זענען די זאלי'ס.
און פארוואס? ווייל ר' אהרן! ר' אהרן האט דאס געמאכט קענען זיי נישט פויעל'ן ביי זיך דאס נאכצומאכן.
דאס טייטש ריכטיגע לוזער'ס!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 00:37 |
|
| |
גראדע איז יא דא זאליס וואס מאכן פריוואט שוין נאך למחצה ולשליש די תקנות ווארט און תנאים צוזאמען ווערט זייער אסאך געמאכט עקזעמפל זלמן לייב פריעדמאן פון די ברך משה'ס שטוב מענטשען האט געמאכט ווארט און תנאים צוזאמען
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 01:18 |
|
| |
גרינג
עס זענען דא גענוג און נאך מענטשן וואס פלעגן נישט מאכן קיין גרויסע תנאים'ס פאר דיין צדיק'ל האט גערעדט דערפון.
מרן הברך משה זצוק"ל איז געווען דער וואס האט איינגעפירט מען זאל מאכן א תנאים מיט לעקעך און ברוינפן און לייכטע מאכלים ווי איידער זיך וואשן. במשל פון עטליכע יאר האט ער דאס איינגעארדענט ביי זיך אין ביהמ"ד, און שפעטער ווען עס איז אים שוין געווען שווער האט מען געגרינדעט די שמח תשמח זאלן.
אגב, נאכן מאכן די שמח תשמח זאלן אין וומס"ב, האט דיין צדיק'ל נאכגעמאכט אין ק"י, וואס האט אבער ווייט נישט צוגעשטעלט דאס וואס שמח תשמח האט צוגעשטעלט. ווער עס האט נאר געהאט אמאל א שמחה ביי שוש תשיש האט געוואוסט צו זאגן וואס פאר א טשיפּ סערוויס דארט איז.און דערפאר האבן גענוג און נאך אומפארמעגליכע דאס נישט גענוצט, בשעת פארמעגליכע אידן האבן און נוצן כסדר שמח תשמח אין וומס"ב.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 01:58 |
|
| |
עס דערמאנט מיר וואס א זאלי, בערך פונעם טיפ פון דוד האט מיר אמאל געזאגט, ווען דער רבי האט געמאכט די תקנות:
איך וועל אים ווייזען!
איך וועל דירעקט קויפן א 2 קאראט שטיינדל פאר מיין כלה!
ער וועט מיר נישט איינטיילן...
איך האב אויסגעשאסן א געלעכטער, און אים זאג יענעם טיפוש:
אדרבה, טוה אים אפ, און קויף 10 רינגלעך פאר אלע צען פינגערס, זעה מ'זאל דיר מאכן 10 טיי פארטיס ווייל דיין רעבע, וועט דיר קיין פיאסטער נישט געבן !
דער גרעסטער ווינער איז דער וואס האלט די תקנות
דער גרעסטער לוזער איז דער וואס איז דערקעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 02:08 |
|
| |
זעט אויס אז יענער האט געוואוסט אז ער רעדט צו א שוטה...
נו 2 שוטים פארשטייען זיך גוט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 04:45 |
|
| |
דער שוטה און לוזער איז דער נועם השטקריקעס, ווייל עס פאסט אים נישט צו ווייזען אז די תקנות איז קריטיש וויכטיג לאזט ער זיינע קעלבער אויסשטארבען.
איך האלט אז ער איז באמת נישט אזא קאלב ווי פארעך, און צו דעם איז ער נאך ארומגענומען מיט שטאקיגע פערד
אנגעהויבן פון פראדעל, שמשון יאנקעל, ליפי קרויס. קאמפוט און חיים שיע גאלד ועוד.
איך האף א ער וועט זיך האלטען פעסט און נישט טוישן זיין הארטע ליניע...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 17:32 |
|
| |
רבי יונה,
ווייסטו דען נישט אז דער ערפינדער פון די תקנות איז בכלל נישט געווען
רבי אהרן, די זאלונים מיט ברכה סימא האל האבן גאר ערפינדען די תקנות,
און די זאלונים גייען נישט מיט די תקנות ווייל זיי זענען ברוגז אויף רעבעצין "ברכה סימא"
וואס האט צו גענומען איבער 2 טויזענט מיידלעך פון זייער בית רחל און זיי
איבער געשטעלט צו אונזערע מוסדות, און דריבער ווילן זיי נישט שטיצן "אירע" תקנות,
און פאר דיר דוד, דיין סטיעיטמענט מיט די ברכה סימא תקנות איז פיל מער
"שוטה" געשטימט ווי דער זאלי וואס גייט קויפן א 2 קאראטיגע שטיינדל
נאר אויפצורעגן די אהרונים...
סא, קשוט עצמך ואחר קשוט אחרים,
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 11/11/2008 17:31:12
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 19:38 |
|
| |
שוטה דוד!!! אפשר זאגסטו מיר ווער ס'געווען דער ערפינדער פון "שמח תשמח" זאלן? ווער האט דאס אינפארסירט?? ווען ביסטו געווארן (בכלל אמאל?) א סאטמארער פאר די הכתרה-אהבה הנסתרת אדער נאך?? גיי לערן היסטאריע און נאכדעם שרייב אויף הייד פארק.
|
|
|
|
|