בית פורומים כל העולם כולו

איסור קעגן בחירות אין ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2008 08:54 לינק ישיר 
איסור קעגן בחירות אין ירושלים





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 19:03 לינק ישיר 

יישר כח מה טובו, איך וועל עס פרובירן צו פארשאפן.

בעצם איז אומגלויבליך וואס עס האט זיך יעצט אפגעשפילט אין ירושלים, ווער עס געדענקט ביי די פריערדיגע בחירות האבן זיך די גערער יונגעלייט ארומגעדרייט און געטיילט שלעק פאר די עדה'ניקעס וואס האבן קאמפיינט קעגן די בחירות. "היתכן מען צווינגט ארויף די מיינונגען אויפן גאנצן ציבור", יעצט האבן זיי אליין געארבעט ביטער שווער צו ערוועלן א מחלל שבת בפרסיה אלס ראש העיר פון ירושלים, פאר זייערע פארטייאישע אינטערעסן, קעגן די אינטערסן פון וועמען זיי האבן ביז יעצט גערופן דער "גאנצער ציבור".

עס שטעלט זיך ארויס פון גער'ס פראפעגאנדע אז די חברי כנסת המינים מנחם און מאיר פרוש האבן "קיינמאל" נישט געפאלגט קיין "גדולים" נאר געטאן וואס זיי האבן געוואלט, אבער ביי די בחירות האט מען געשריגן אז מען מוז וואויטן פאר זיי וועגן "ועשית ככל אשר יורוך", און יאנקל לץמאן האט נישט קיין פראבלעם צו פירן אן אפענע מערכה און אנצופייפן "אלע" גדולים פון די אגודה (חוץ גערער רבי וואס מען דארף שוין אויך נישט פאלגן וועגן דעם "אין כבודו מחול" קאמפיין). און ביידע זענען גערעכט, יאנקל לצמאן טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון "גור", און מאיר פרוש טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון זיינע גדולים (ער האט א גאנצע קלאזעט מיט גדולים).

נאך אן אינטרעסאנטע זאך וויאזוי זאכן האבן זיך דערקייקלט, ווען לופוליאנסקי איז געווארן ראש העיר, האבן זייער אסאך מענטשן זיך געווינדערט וויאזוי א שומר תורה ומצות וואגט זיך אנצונעמען אן אמט אלס ראש העיר אין א האלב פרייע שטאט, וואס צווינגט אים צו פינאנצירן עבודה זרה גילוי עריות חילול שבת וכו'. און בלויז 5 יאר שפעטער האט שוין א איד מיט א לאנגע בארד נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, ער איז ארומגעגאנגען קאמפיינען און אלע שמוציגע פלעצער צו בארואיגן די חילונים אז עס וועט זיי גארנישט פעלן אונטער זיין הערשאפט...

דער סך די אלע וואס גיין צו בחירות אין ירושלים זענען ביטערע פארלירערס:
די מחנה פון פורוש איז דאך פשוט...
און די מחנה פון גער וואס האט געהאלפן ערוועלן א "מחלל שבת", (וואס זיי פירן עמטליך מלחמה קעגן חילול שבת אפילו נישט אין היימישע געגענטן) זענען אויך גרויסע פארלירערס, טראץ זייער זיסע נקמה זיג, איז זייער עצם זיג דער גרעסטער פארלוסט.
 די איינציגע געווינערס זענען די ערליכע אידן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם מלכות המינות, נישט מיט די חברי הכנסת פרוש און לצמאן וועלכע האבן געשוואוירן טריישאפט צו מדינת ישראל, און נישט מיט דעם פרייען ראש העיר עלעקט ניר ברקת.

אזוי ווי עס דערנענטער זיך יעצט די בחירות צום "כנסת המינים" איז צום האפן אז ערליכע אידן אין ארץ ישראל וועלן זיך האבן געלערנט א גוטע לעקציע און זיך אפהאלטן פון נעמען א חלק אין דעם חילול שם שמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 17:25 לינק ישיר 

עס מאכט מיר לאכעדיג,צו זאגן אז תו"א יונגעלייט האבן געוועלט,

צו מיר זענען 2 תו"א יונגעלייט געקומען משכנע זיין איך זאל חלילה נישט קיין צו די בחירות, זעט אויס אז זיי האבן מיר חושד געווען אין אזא גרויסע עבירה,

דא ברענט איך אייך א חלק פון זייערע פראספעקטן וואס זיי האבן צוטיילט ביים חרדישן ציבור אלס תעמולה אנטקעגן די בחירות צו די עיריה הציונית




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 16:10 לינק ישיר 

kj
ס'איז דא א טעיפ פון די דרשה פון הרב ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א ווי ער איז שיין מברר די זאך מיט די גאנצע קלארקייט.
אויב ווילסטו טאקע וויסען וואס די מיינונג פון א סאטמארע איד דארף צו זיין (נישט סתם פון די הייד פארק שרייבערס) איז כדאי אז די זאלסט זיך איינהאנדלען דעם טעיפ פאר א דאללער צוויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 07:42 לינק ישיר 

אין תולדות אהרן איז מען צופרידן אז איןדי אגודה קרייזן קריגן זיי זיך צווישן זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 07:40 לינק ישיר 

קיינער פון תולדות אהרן האט נישט געוואוט נישט אין ירושלים און נישט אין בית שמש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 03:10 לינק ישיר 

דער פרומער ציבור האט זיך צוגעשטעלט צו די עדה נאר און י-ם

און ווי די נייעס קומט האט דער פרומער ציבור היפש געוואוט און בית שמש אפילו תולדות אהרן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2008 17:45 לינק ישיר 
זייער אינטרעסאנט ביי די פרשה פון שערי חמלה

אינטרעסאנט ביי די פרשה פון שערי חמלה איז דער מונסי ויז'ניצער רבי ארויס בחרב וחנית, און איצט ביי די בחירות הטמאות וואס יעדער חבר המועצה דארף שווערן די שבועת אמונים אז זי חוקי המדינה איז בעפאר די חוקי התורה האלט ער אז מען מעג? ס'איז שווער צוגלייבן אז ער האט טאקע מתיר געווען, אדער.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2008 01:26 לינק ישיר 

kj


דער איסור פון ביד"ץ העדה החרדית איז געווען בעיקר איבער דעם איסור פון בחירת נשים, אבער דער איסור קעגן בחירת צום כנסת המינים וואס רביה"ק זי"ע האט מברר געווען איז צוליב די מינות וכפירה מיט וואס דאס איז פארבינדן.

יעצט אבער ווען יעדער חבר המועצה דארף געבן א שבועת אמונים, איז שוין שייך דער איסור וואס רביה"ק זי"ע איז מברר.

פארשטייט זיך אז וויבאלד דיין צדיק'ל האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט דערפון, מאכן די אהרונים שוין א פאליטיק דערפון.

און אפשר קענסטו מיר זאגן, וואס מיינט "זאלן ארויסקומען אונזערע דיינים מיט א הוראה"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2008 01:16 לינק ישיר 

ווען איך האב געזאגט אז יעדער סאטמאר איד האט א "געפיל" האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז דער איסור איז געבויעט אויף געפיל, ספעציעל אין ירושלים ווען ס'איז דא א קלארער איסור פון די עדה החרדית שוין לאנגע יארן.

אמת אז דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן קיין איסור אויף בחירות פאר עיריה, און ס'איז טאקע נישט נישט דער זעלבער לעוועל איסור ווי דער כנסת, וואס איז דער "מלכות" המינות, און האט צו טאן מיטן עצם אנערקענען א מדינה פאר ביאת המשיח, משא"כ א רשות מקומית וואס איז נישט די זעלבע זאך.

אבער מיך האט געבאדערט וואס אונזער עולם הייבט אן אריינגעשלעפט ווערן אין א מערכה זיך אנצונעמען אז "מען מעג גיין צו בחירות עיריה", מיטן נאכשרייבן מעלדונגען פון הרב וואזנער שליט"א אז ס'איז דא א "הוראה מפורשת" פון מרן רביה"ק זי"ע אז מען מעג שטימען וכדומה.
וואס דאס איז נישט אמת, ווייל ס'איז דאך נישטא קיין הוראה פון רבי'ן אז "מען מעג", נאר אז ער וויל נישט אונטערשרייבן לאיסור.

לענינינו, אויב איז דא וואס טענה'ן אז יעצט איז נשתנה געווארן הדברים לאיסור וועגן די הצהרת אמונים, דארף דאס דורכטאן אן אויסגעהאלטענער דעת תורה, וואס פארשטייט צו די ענינים.
אדרבה זאלן ארויסקומען אונזערע דיינים מיט א הוראה צו מען מעג אדער מען טאר נישט, נישט אז אפאר שרייבערלעך זאלן אפמאכן דעם דעת הקהלה מיטן זיך איינערעדן אז מען טוט אפ יענעם. און נאכדעם זאל יעדער מוזן נאכטאנצן און האלטן די זעלבע זאך!

ס'איז דא פארטייאישע זאכן וואס שרייבערלעך קענען אפמאכן אליין, אבער ס'איז דא "עכטע זאכן" וואס דאס דארף מען איבערלאזן פאר די דיינים...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2008 23:58 לינק ישיר 

KJ אויב אן 'איסור חמור' שטייט אויף געפילען ביסטו גערעכט, אבער דעם פראבלעם מיט אזעלכע איסורים איז פשוט, אז דערנאך לאכט מען פון עכטע איסורים, וואס רביה"ק האט גע'אסרט.

די זעלבע זאך האט דיך געבדערט מיט די לולבים... לערען דיך אויס אז ווען עס קימט צו איסורים אדער היתרים האף איך (אין אזוי קיקט דאס דערווייל אויס) זענען אונזערע דיינים נישט דן וואס די פורים בי"ד האט געזאגט, ותולדות אהרן יוכיח!, אויב וואלסטו געווען גערעכט, וואלט דער בלאט געהאקט אויף תו"א, אבער וויבאלד אונזערע רבנים האבען געהאלטען מיט זיי, האט דער בלאט געשריבען לטובתם.

בשורה התחתונה, די רבי האט נישט גע'אסרט די בחירות, און וועגען דעם איז דער איסור חמור א פורים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 22:58 לינק ישיר 


דער רבי זי"ע איז נישט גוועהן קיין עקסטרעמער איסורים מאכער, ניין, ניין, און נאכאמאל ניין.

ער איז געוועהן א אויסגערעכנטער און איבער געטראכטער מענטש. ער האט בפירוש נישט געוואלט זאגען לאיסור.

מיט דעם שרייען אז דער רבי האט גע'אסר'ט די בחירות צו די עיריה, מאכט מען שוואך דעם איסור החמור פון די בחירות הטמאות צו די בחירות לכנסת המינים !

ווער נעמט דעם אחריות אויף דעם ?

א ודאי האבען סאטמארער חסידים א געפיל "נישט" צו גיין אויך צו די בחירות פון עיריה, אבער נישט מטעם הלכה ואיסור, נאר מטעם הרגש. (אין בני ברק האט דער רבי בפירוש געזאגט אז מ'קען נישט נעמען דעם אחריות פון זאגען ניין. אדרבא זאג דו, וואס דאס מיינט ?!)



תוקן על ידי זרחי ב- 10/11/2008 23:01:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 22:49 לינק ישיר 

מיך באדערט די סיטואציע וואס מיר זענען שוין ווייטער אריינגעפירט געווארן, אז מיר מוז יעצט האלטן אז מען מעג גיין צו בחירות עיריה, בלויז דערפאר ווייל זיי האבן געזאגט אז נישט, און ווי קליינע בעביס מוזן מיר אויף יעדע זאך זאגן "אה נאו"!.

בעצם האט דאך יעדער סאטמאר'ער איד דעם געפיל אז מען טאר נישט גיין צו בחירות עיריה, (אפילו דער רבי האט עס נישט קלאר גע'אסר'ט). אבער יעצט וועלן מיר מוזן טענה'ן אז מען מעג, און באלד וועט עס אפילו ווערן א "מצוה", בלויז ווייל מען מוז זאגן יעדע זאך פארקערט פון זיי.

די זעלבע זאך האט מיך געבאדערט ביי די לולבים...

מיר דארף זיך אפלאזן פון זיי און גיין אונזער וועג, טראכטן און טאן וואס מיר האלטן אליין, נישט בלויז קאנטעררעאגירן צו זיי!!!

פונקט ווי יעדער פארשטייט דעם אבסורד ווען אן ארימער זאלי שפענדעט אויס זיין געלט אויף תנאים'ס און טייערע חתונה'ס ווייל ער רעדט זיך איין אז ער טוט אפ דעם רבי'ן, די זעלבע קוק איך אן נאריש ווען מיר דארפן יעדע זאך זאגן קאפויער פון זיי...

איך האלט אז מען דארף זיך נישט לאזן מיטשלעפן מיט זייערע מערכות נישט פאר און נישט קעגן...

קען מיר איינער מסביר זיין אנדערש? איך בין גרייט צו הערן!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2008 21:20 לינק ישיר 



איינער האט מיר געזאגט אז די טעם פארוואס די בי"ד פין קיעפ איז ארויס לאיסור, איז ווייל ר' מנשה האלט נאך אלס אז ער איז ירושלימער רב, אין די קיעפ סט. בי"ד איז זיין בי"ד פין ירושלים, על כן מוז ער דאך אסר'ן די בחירות העירי' ווייל די בדי"ץ האט אלס ארויסגעגבן א איסור אויף די בחירות.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2008 10:08 לינק ישיר 
דברים מפורשים פון רביה"ק זי"ע

 

הג"ר בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א (יד ימינו פון רביה"ק זי"ע אין ארה"ק) שרייבט אין זיין ספר "זכור ימות עולם", אז רביה"ק האט עם אליינס געזאגט "אויב עס זענען דא ערליכע רבנים וואס האלטען אז מען דארף יא שטימען, איז א גרויס אחריות צו זאגען נישט" !

 ער שרייבט דארט באריכות אז בהסכמת רביה"ק זי"ע (הסכמה שבשתיקה), פלעגט ער זיצען מיט די קאנדידאטען פון בני ברק אין מאכען מיט זיי פארשידענע הסכמים, און די סאטמארער חסידים אין בני ברק פלעגען גיין שטימען ביי די בחירות פון די עיריה.

שפעטער שרייבט ער דארט, אז ווען ער האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע וואס וועט זיין אויב די עיריה וועט יא איינפירען א "מועצה דתית" אין בני ברק (וואס לויט דעם דעת קדשו פון רבי'ן אין ויואל משה איז דאס זייער הארב), צו דעמאלטס וועט יא זיין אסור צו גיין שטימען ?

אויך דעמאלטס האט אים דער רבי נישט גענטפערט אסור, נאר ער האט אים געזאגט "וועסט מיר דעמאלטס אנפרעגען"...

אזוי אויך אין ירושלים האט ער פרייטיג אינדערפרי געזאגט ברבים זייער שארף, אז ער שטעלט זיך נישט דאווענען שחרית, ביז ווי לאנג מען נעמט נישט אראפ די צעטעלך פון די ווענט וואס זענען משמע אז ער אסר'ט די בחירות צו די עיריה. (מען האט דארט גקלעפט צעטלעך, וואס איז גוועהן געדריקט דער איסור פון רבי'ן אויף די בחירות צום כנסת המינים, צוזאמען מיטען איסור פון די עדה החרדית אויף די בחירות צו די עיריה. וואס אויבערפלעכליך האט מען געקענט האבען א טעות אז דער רבי אסר'ט אויך די בחירות צו די עיריה)

על כל פנים, מ'זעהט פון די אלעס זאכען ווי שטארק דער רבי האט דאס נישט געוואלטס אסר'ען, וטעמו ונימוקו עמו, ומי יעמוד בסוד קדושים ?!


 




תוקן על ידי זרחי ב- 10/11/2008 10:12:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 03:34 לינק ישיר 

רביה"ק האט קלאר געהאלטן און געזאגט אז מען טאר נישט אסר'ן די בחירות ערי' און עס איז נישט אסור, און כמה פעמים האט ער געזאגט שארף: מען דארף נישט זיכן נייע איסורים, די אלע ווואס ווילן עס אסר'ן בחירת ערי', אדער אסר'ן דאס, זענען גורע און הרג'נען אפ די גאנצע זאך.

ער האט געטאן שטארקע פעולות אז מען זאל דאס נישט אסר'ן.

עס איז ממש א נבואה פון רביה"ק וואס האט געזאגט אזאלעכע שארפע ווערטער קעגן די וואס קומען מיטן שלייער פון רביה"ק זי"ע און ריפען זיך קנאים, אז ניין זיי זענען אונטערברענגערס און אסרן וואס איז נישט אסור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איסור קעגן בחירות אין ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext