יישר כח מה טובו, איך וועל עס פרובירן צו פארשאפן.
בעצם איז אומגלויבליך וואס עס האט זיך יעצט אפגעשפילט אין ירושלים, ווער עס געדענקט ביי די פריערדיגע בחירות האבן זיך די גערער יונגעלייט ארומגעדרייט און געטיילט שלעק פאר די עדה'ניקעס וואס האבן קאמפיינט קעגן די בחירות. "היתכן מען צווינגט ארויף די מיינונגען אויפן גאנצן ציבור", יעצט האבן זיי אליין געארבעט ביטער שווער צו ערוועלן א מחלל שבת בפרסיה אלס ראש העיר פון ירושלים, פאר זייערע פארטייאישע אינטערעסן, קעגן די אינטערסן פון וועמען זיי האבן ביז יעצט גערופן דער "גאנצער ציבור".
עס שטעלט זיך ארויס פון גער'ס פראפעגאנדע אז די חברי כנסת המינים מנחם און מאיר פרוש האבן "קיינמאל" נישט געפאלגט קיין "גדולים" נאר געטאן וואס זיי האבן געוואלט, אבער ביי די בחירות האט מען געשריגן אז מען מוז וואויטן פאר זיי וועגן "ועשית ככל אשר יורוך", און יאנקל לץמאן האט נישט קיין פראבלעם צו פירן אן אפענע מערכה און אנצופייפן "אלע" גדולים פון די אגודה (חוץ גערער רבי וואס מען דארף שוין אויך נישט פאלגן וועגן דעם "אין כבודו מחול" קאמפיין). און ביידע זענען גערעכט, יאנקל לצמאן טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון "גור", און מאיר פרוש טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון זיינע גדולים (ער האט א גאנצע קלאזעט מיט גדולים).
נאך אן אינטרעסאנטע זאך וויאזוי זאכן האבן זיך דערקייקלט, ווען לופוליאנסקי איז געווארן ראש העיר, האבן זייער אסאך מענטשן זיך געווינדערט וויאזוי א שומר תורה ומצות וואגט זיך אנצונעמען אן אמט אלס ראש העיר אין א האלב פרייע שטאט, וואס צווינגט אים צו פינאנצירן עבודה זרה גילוי עריות חילול שבת וכו'. און בלויז 5 יאר שפעטער האט שוין א איד מיט א לאנגע בארד נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, ער איז ארומגעגאנגען קאמפיינען און אלע שמוציגע פלעצער צו בארואיגן די חילונים אז עס וועט זיי גארנישט פעלן אונטער זיין הערשאפט...
דער סך די אלע וואס גיין צו בחירות אין ירושלים זענען ביטערע פארלירערס:
די מחנה פון פורוש איז דאך פשוט...
און די מחנה פון גער וואס האט געהאלפן ערוועלן א "מחלל שבת", (וואס זיי פירן עמטליך מלחמה קעגן חילול שבת אפילו נישט אין היימישע געגענטן) זענען אויך גרויסע פארלירערס, טראץ זייער זיסע נקמה זיג, איז זייער עצם זיג דער גרעסטער פארלוסט.
די איינציגע געווינערס זענען די ערליכע אידן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם מלכות המינות, נישט מיט די חברי הכנסת פרוש און לצמאן וועלכע האבן געשוואוירן טריישאפט צו מדינת ישראל, און נישט מיט דעם פרייען ראש העיר עלעקט ניר ברקת.
אזוי ווי עס דערנענטער זיך יעצט די בחירות צום "כנסת המינים" איז צום האפן אז ערליכע אידן אין ארץ ישראל וועלן זיך האבן געלערנט א גוטע לעקציע און זיך אפהאלטן פון נעמען א חלק אין דעם חילול שם שמים.
 |
|
|