ווען מעג מען יא משנה זיין פין רבין זי"ע אין ווען נישט
די בי"ד פין קיעפ סט. בראש פין הגז"ל איז ארויס געקומען מיט א איסור אויף די בחירות העירי' אין א"י, וואס איז ידוע אז כ"ק מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט עס קיינמאל נישט ארויס געגעבן א איסור צי גיין צי די בחירות.
אין ר' יוסף אשכנזי שרייבט עס טאקע אין די הקדמה פין תשובות דברי יואל (דף לא). לא הי' נוחה דעתו מחומרות שונות שאין להם מקור מוסמך וביטל אותם בשתי ידים, באמרו כי גם מזה צריכין להתרחק, וכשעלה על הפרק נדון הבחירות לנציגי' העירי' (בא"י) והיו הרבה שרצו שרבינו יאסור בהחלט כמו הבחירות לנציגי הממשלה, אבל הוא באחת שהם שני דברים נפרדים ואין בידינו להמציא איסורים חדשים וכו', עיי"ש. אין עס איז אפי' ידוע אז רבינו ז"ל האט זיך מתווכח געווען מיט ר' גרשון שטמער ז"ל איבער די בחירות העירי'.
איז מיר שווער א קשיא ווען מעג מען יא משנה זיין פון וואס די רבי האט געהאלטן אין ווען טאר מען נישט, האב איך געמאכט א שטיקל רשימה וויפיל אין געדענק יעצט אויף די מנוט, פין היפאקרסיע.
בחירות העירי', וואס די רבי האט נישט געוואלט אסרן, מעג מען משנה זיין אין ארויס געבען אן איסור.
לערנען אויף ליטווישע דרך הלימוד אין די ישיבה, וואס די רבי האט נישט געלאזט, מעג מען משנה זיין אין איינפירן אין קווינס די דרך הלימוד.
די תקנה אז בחורים זאלן נישט גיין צי קיין חתונת, וואס די רבי האט איינגעפירט, דאס מעג מען מבטל זיין.
האבן א ישיבה בעיר, וואס די רבי האט אזויפיל כוח אריינגעלייגט ארויס צי טראגן די ישיבה מחוץ לעיר, מעג מען עפנען א ישיבה אין קווינס.
לולבי שמיטה וואס די רבי האט נישט געהאלטן אז עס איז אסור, דאס מעג מען אסרן.
יעצט אויף די אנדערע זייט פין די מטבע, אויב וויל מען אויפטוהן עפעס פאר אידישקייט אויף א זאך וואס מען האט נישט געקענט אמאל ווייל די מציאות איז נישט געווען דעמאלס דאס צי טאן, דעמאלס טאר מען ח"ו נישט משנה זיין.
אויב וויל מען מאכן א הידור אויף די ווייץ אויף פסח אין נעמען פין אריזאנע, שרייעט ח"ו די רבי האט דאך נישט גענומען פין דאר מען טאר נישט משנה זיין, (אגב אין וועל יעצט נישט אריין גיין אין די ענין אז די רבי האט יא גענומען ווייץ פין אריזאנע)
אויב מען וויל מאכן א חומרא מיט שחיטה מונחת, קומען אויך די זעלבע אין שרייען ח"ו מען טאר נישט משנה זיין.
אויב טרעפט מען ווערים אין די וואסער אין מען זאגט אז מען דארף א פילטער, זאגט מען ח"ו צי לייגן א פילטער די רבי האט דאך נישט געהאט.
אין אזוי ווייטער איז דא נאך אין נאך. ותן לחכם ויחכם עוד.
עס איז דא איין תירץ אויף דעם איך מעג אין די טארסט נישט, איך קען טוהן מיט די תורה אין מיטן דעת פין רבינו הק' זי"ע וואס איך וויל.
נשלח ב-10/11/2008 21:06
יודלע
איינס פון די טעמים דער רבי זי"ע שרייבט אין ספה"ק ויואל משה אז מען טאר נישט גיין צו די בחירות איז צוליב די שבועת אמונים פון די חברי הכנסת צו די חוקי הכפירה פםון די ממשלת המינים.
ביז יעצט איז דאס נישט געווען גילטיג אויף די חברי העיריה, אבער יעצט ווען עס איז אריין אין קראפט אזא געזעץ איז דאך דאס נוגע ביי די בחירות.
נשלח ב-10/11/2008 21:09
נאך א אינטרעסאנטע הערה האט מיר איינער געזאגט, ביי די פרשה פין עירוב איז די גאנצע איסור אין ראי' אז די רבי האט נישט געוואלט מאכן קיין עירוב, איז נאר אז די רבי האט נישט געמאכט קיין עירוב, פין דעם דארף מען ארויס נעמען דעם איסור אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב אין מען טאר ח"ו נישט טראגן אין מען דארף נאכשרייען די וואס טראגן וכו'. בקיצור פין א שב ועל תעשה וואס די רבי האט נישט געמאכט קיין עירוב מייט דאס אזא שטארקע איסור, אפי' די רבי האט קיימאל נישט געשריבן א איסור וכו' דאס אליין איז גענוג.
אבער ביי די לולבים פין שמיטה, וואס עס איז דא א מעשה רב וואס די רבי האט געשיקט אתרוגים קיין א"י, אין קיין לולבים האט ער נישט געשיקט, אין געשריבן 3 תשובות וועגן אתרוגים פין שמיטה אין נישט געשריבן קיין 1 ווארט וועגן לולבים, דאס איז נישט גענוג הוראה אז די לולבים זענען מותר.
אין די זעלבע לגבי די בחירות העירי', וואס ווען עס איז געקומען צי ציונות אין די מדינה, האט דאך די רבי ז"ל אלס אפגעשריבן להלכה מיט א הוראה ברורה אין זיינע הייליגע ספרים ויואל משה אין על הגאולה, אין דאס אליין אז די רבי האט נישט ארויס געגבן קיין איסור אויף בחירות העירי' דאס דארף זיין די גרעסטע ראי' אויפן דעת פין רבין, אבער דא ווייטער אויב וויל ער אנדערש טוהן, פאר אביסל פראפגאנדע אז ער אסרט די בחירות אין ער איז א "פרומער", וועט ער ווייטער טוהן וואס ער וויל
נשלח ב-10/11/2008 21:18
יודלע
פון דיינע קשיות זעט מען אז דו דארפסט נישט קיין תירוצים, דו ווילסט בלייבן מיט די קשיות...
ליין אפ וואס רביה"ק זי"ע שרייבט אין ספה"ק ויואל משה
נשלח ב-10/11/2008 21:33
ועיקר שכחתי דאס גיין צי די בג"ץ, וואס די רבי ז"ל האט געהאלטן אז עס יהרוג ועל יעבור, אבער ווייל מען וויל קעניגן אויף די גאנצע וועלט מעג מען עובר זיין אויף אלעם, ווייל איך בין דאך בעל הבית אויפן רבי'ן ז"ל איך קען זאגן וואס זיין דעת איז געווען.
נשלח ב-10/11/2008 21:41
איז טאקע די קשיא פארוואס איז משה חיים ווייס געגאנגען צום בג"ץ???
נשלח ב-10/11/2008 21:45
דוד'ל
איך מיין אז ווען הרב וואזנער שליט"א זאגט אז די מציאות האט זיך בכלל נישט געטוישט לגבי די ראש העיר, אין א פאר ליצים פין אמעריקא זאגן אז די מציאות האט זיךיא געטוישט, גלייב איך ענדעשט הרב וואזנער.
נשלח ב-10/11/2008 21:46
דודל זאג נאכאמאל דאס איז דיין תירץ פארן גיין צי בג"ץ אז משה חיים ווייס איז געגאנגען???
איך גיי יעצט נישט אריין גיין אין די וויכח אויב ווילסט געב איך דיר די לינק צי די אשכול ווי זאלסט פירן די וויכח
קוק אין די לינק אויף זייט 2 איז דא די פעפערס וואס וואלענשטיין האט אריין געגבן אין בג"ץ, אין אויכט איז דא דארט די בריוו די 3 רועי בקר וואס שרייבן אז וואלענשטיין מעג רופן אין קאורט, אויב ר' משה חיים ווייס איז געגאנגן פארוואס דארף וואלענשטיין א היתר צי גיין אין קאורט, וואלענשטיין ארבעט פאר משה חיים???
יודלע. דא האסטו די קלאגע אין געריכט פון משה חיים ווייס אינאיינעם מיט דיין צדיק'ל (דעמאלסט נאך קרית יואל רב)
נשלח ב-11/11/2008 02:10
דוד'ל טייערע זעהט אויס אז די ביסט נישט געווען כ"ו אב ביים ציון ווייל מען האט היי יאר נאכאמאל אויסגעטיילט די קונטרס פון קהל יטב לב וואס איז ארויסגעגעבן געווארן בשנת תשס"ו ווען עטץ זענט אריין אין בג"ץ וואס מאכט צו שאנד און צו שפאט פון ענקער שמוציגע ליילעך וואס ענק האבן געוואלט אוסטוהן און ארויפווארפן אויף רבינו און אויף הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א כגון דיין אלטע אויסגעדראשענע צעטל וואס איז גוט "כדי די קליינע קינדעלאך זאלן נישט איינשלאפן"....
ווער עס האט די קונטרס איז מכובד עס ארויפצולייגן אין ווייזן לעיני כל הקהל ווער די שקצים זענען באיצטלא דרבנן בראשות השטריק