בענין: די בריוון פון ספרינט, אויף די "אנלימיטעט פלענס"
אזוי ווי עס איז באקאנט האט ספרינט ארויסגעשיקט לעצטן פאר אסאך קאסטומערס בריוון אז זיי וועלן טוישן די אלע "אנלימיטעט פלענס", די בחינם "ווייערלעס קארטלעך", וכדומה.
לויט ווי איך האב געהערט פון אפאר חברים, זענען דעס נאר געווען סתם געשיקטע בריוון, איז עס האט למעשה קיינעם נישט אפעקטירט.
ווייסט איינער מער אינפארמעשאן וועגן דעם ענין, ביטע מיט-טיילן דא.
עס איז מיר פשוט נוגע ווייל איינער קען מיר ערלעדיגן א "ווייערלעס קארטל" פאר איינמאליגן פרייז פון $200, און דערנאך האב איך עס אויף מיין פלען בחינם, וויל איך פשוט וויסן אויב עס לוינט זיך (ער זאגט מיר אז ער קען מיר גארנישט צוזאגן וואס גייט זיין).
יישר כח!
דרך אגב, ישר כח פארן מנהל, פאר'ן מיך צולאזן צום עולם דא!
|
|