בית פורומים כל העולם כולו

א פרישע מערכה אין וויליאמסבורג, פרשת ראטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2008 02:08 לינק ישיר 
א פרישע מערכה אין וויליאמסבורג, פרשת ראטה

אין וויליאמסבורג קערט זיך שוין איבער א פרישע מערכה.
 פין א יונגערמאן א געוועזענער מגי"ש אין די ווינער ישיבה, ער הייסט ראטה
ס'איז שוין דא פאשקעווילן, שוין דא צוויי צדדים  

ווייסט איינער וואס ס'גייט פינקטליך פאר ?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2008 18:55 לינק ישיר 

איך בין נישט באקאנט אין דעם פרשה אבער די שרייבסט אז די וויענער בחורים דרייען זיך אלע ארום מרה שחורה וועגען מען האט איהם אוועק גענומען פון דארט.

אויב אזוי איז דאך זיין אוועקשיקען פון וויען געווען א חסרון!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2008 07:55 לינק ישיר 

רבי יונה
די עוולה פון יואל ראטה איז ער האט גענומען גיטע בחורים און ער האט זיי קאלט געמאכט צי א יעדע אידישע זאך ער האט זיי געמאכט פאר קלים מען דארף נישט דאווענען - מען דארף נישט לערנען - מען דארף נישט האבען דרך ארץ - מען דארף נישט פאלגען א טאטע.  אדרבה פרעג דיך נאך ביי סיי וועלעכע טאטע וואס האט געהאט א בחור וויען. ער איז ערגער פון מיכל - וועכטער זיי האבען נישט ארויסגעריסען קיין אידישקייט מען האט געלערענט פלייסיג דארט. און יעצט האט ער געפענט א ישיבה אויך נישט פאר שוואכע בחורים נישט דאס איז זיין פלאן נאר עסס האט זיך ב"ה אזוי אויסגעשטעלט אז ער האט נאר שוואכע בחורים עטץ קענטס עם נישט איך קענ עם פערזענליך. ער האט די אלע אלטע בחורים פון וויען ג'brainwashed ער האט זיי אוועק געגאנבעט פון זייערע טאטעס זיי דרייען זיך אלע ארים מרה שחורה וועגען מען האט אוועק גענומען זייער אפגאט זיי האבען זיך נישט פאר וועם זיך מתוודה צו זיין. ער האט אריין געברענגט אין זיי א הפקירות און יעצט דארפען נעבעך לערנען. און די גרעסטע עוולה איז אז ער פרובירט נאך צו האבן שייכות מיט זיי קעגען זייער טאטעס רצון ווי אזוי וואלסט די זיך געשפירט ווען מען טיט עס פאר דיין קינד לייג דיך אריין אין יענעמס הויזען פאר די זאגסט א גיט ווארט אויף אזא סכנת'דיגע רשע. אדרבה רעדט מיט סיי וועלעכע מנהל פון סיי וועלעכע ישיבה וועלען זיי דיר מסביר זיין די סכנה פון דעם מסית וועגען חברא חברא אית ליה און עס איז אסאך געשמאקער פאר א בחור ווען אלעס איז מותר און ער גייט נאך און ישיבה. אין אז די ביזט נאך אלץ נישט איבערגעצייגט גיי כאפ א שמועס מיט זיין זיידע הרה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א וועסטו הערען פון עם אליין ער זאגט וזל"ק עטץ קענטץ עם נאכנישט כלל ישראל וועט נאך אסאך ליידען פון עם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2008 17:59 לינק ישיר 

http://geocities.com/yoelroth/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2008 17:10 לינק ישיר 

וואס איז די וועב סייט אדרעס?

גראדע איך האלט שטארק פון די ישיבה, ווייל א יעדע ישיבה היינט נישט קיין חילוק ווי אזוי מען לערנט דארט דער עיקר איז האלטן די בחורים פריילעך אין פיר ווענט, דאס איז היינט די וויכטיגעסטע זאך, עס אזי דא צווישען ווילי אין ב"פ באלד 500 בחורים ליידער וואס דרייען זיך ארום אויף די גאסן אן א ישיבה.

איז יעדע ישיבה וואס קומט אויף ובפרט א ישיבה פאר בחורים וואס דארפן הילף, א געוולדיגע זאך און מען ברויך דאס ארויסהעלפן בגוף ובמון.

גראדע וואנטש איך אויך א מזל טוב פאר הנגיד ר' משה יואל מזרחי ני"ו ווי איך זעה שטיצט ער די ישיבה ביד רחבה, ר' משה יואל איז באוויסט מיט זיין טייער הארץ.

אין איבער דעם צו דער ראטה איז ראוי צו זיין ראש הישיבה וכו', איז זייער פשוט:

אז ר' ליפא ט"ב מיענקי קען זיין זענטער רב, ר' יצחק שווארטץ קען זיין בראדער רב, ר' זלמן לייב טייטלבוים קען זיין ראש ישיבה אין קווינס, ר' שמשון גאלד קען זיין שפאטיווקער רב, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן קען פירן א בי"ד, אברהם'לע לויפער דראגער רב, ר' חיים הערש ט"ב יפוי'ער רב, אלטר משה גאלדבערגער ארשיווער רב, יעקב בער מבלעקבערי שואל ומשיב אין קווינס,

קען נאך ר' יואליש קרויס זיין א ראש הישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2008 17:58 לינק ישיר 

שיקס,

איך קען נישט דעם ראטה, אין איך ווייס נישט אויב ער איז אזא 'כופר באלקי ישראל' ווי די לייגסט עם אראפ, אבער דאס איז קלאר אז דיין ניק איז נאר געפענט געווארען כדי אים צי באשמיצען!, די האסט נישט געשריבען גארנישט חוץ אויף דעם ראטה.

פערזענליך וואלט איך בכלל נישט געשריבען וועגען דעם נושא, אבער נעכטען נאכט האב איך באקימען א טעקסט מיט א וועבזייט וואס דארט באשרייבט איינער דעם ישיבה אין דערנאך האב איך באקימען נאך א טעקסט מיט א טעלעפאן נומבער - וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין דעם ראטה'ס!

אויב דער וועג דיינער איז 'טעראר' - האלט איך פון ראטה!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2008 09:18 לינק ישיר 

גוטזאגער
די פרעגסט מסית ומדיח? יא!!!!!! מסית ומדיח!!!! יא!!!!!! כופר באלקי ישראל!!!! 
עטץ קענטס אים נישט, ער האט נישט געעפנט א ישיבה פאר שוואכע בחורים, ער האט געעפנט א ישיבה וואס מאכט שוואך בחורים. איך קען דיר ברענגען לכל הפחות 60 טאטעס וואס קריכען  אויף  גראדע ווענט אין רייסן זיך די האר פון קאפ און לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער פאר טעראפי אויסצורייסן די סם המות וואס דער כופר האט אריינגעלייגט אין זיי .
און די טרויערסט דיך נאך צו זאגן א גיט ווארט אויף אים? יעדע ווארט פון די דרשה איז אמת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2008 09:02 לינק ישיר 

זיסקייט
וואס רעדסטו ווען די ווייסט נישט וואס די רעדסט?
וויפל בחורים ווילסטו איך זאל דיר ברענגען פאר וועם די מסית האט אויסגעלערנט אז עס איז דא א הלכה אז ביי עבדות ה' מיז מען נישט פאלגן די עלטערן? איך קען מיך אפשר אראפזעצן מיט דיינע קינדער און זיי אנצייגן ווי עס שטייט? איך האב אויך נישט געוויסט ביז א ווינער בחור האט מיר געוויזן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 15:31 לינק ישיר 

שוין אראפ גענומען פון דארט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/11/2008 09:24 לינק ישיר 

א דרשה פאר בחורים פון הרב יואל ראטה

http://www.youtube.com/watch?v=m6gk_XG6r9w



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 06:06 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/11/2008 23:06 לינק ישיר 

בפ11219 איך רעד נישט אריין אין דעם נושא אבער איין קאמענט מיכל האט געצילט אויף רי בעסטע בחרים אין ישיבה אין דא רעדט מען פין א ישיבה פאר שוואכע בחורים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2008 22:47 לינק ישיר 

אין דער היינטיגער בלאט, זעה איך אז די ישיבה האט שוין א נייער נאמען טרעבישאן (קרעטשינוף ירושלים)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2008 22:44 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב פארשטאנען רעדט זיך דא פון א נייער מיכל לעבאוויטש אדער אזא מין סטייל משוגענער. איז דאס ריכטיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 21:01 לינק ישיר 

מסית ומדיח?
אפשר כופר באלקי ישראל?
אדער אפשר אזא חוטא ומחטיא את הרבים ווי ירבעם בן נבט?


שיקס(ע)תלמיד... ביסט חלילה בארירט.

א מסית ומדיח איז מען אויף פירט אראפ אידן פון וועג, אויב הייסט מען לערנען משניות און זאגן תהלים איז ער כשר פאר זיין סטאנדארט.

קיינער וועט נישט הייסן אז א פיינער בחור, וועלכער לערנט פלייסיג און האלט מיט יעדע וואך די שיעורים זאל אהינגיין, און דאס איז אינגאנצן נישט דער מדובר.

מ'רעדט דא צי א בחור וואס פאנפעט אונטער און ווען נישט ראטה, גייט ער חלילה לאיבוד, אזא איינעם דארף מען ראטעווען, קיין אינטערשייד אין וועלכע ישיבה.

אויב רשעים איז דאס נפתלי בלומענפעלד און זיין אויבערהאר!, וועלכער האלטן בחורים ביז די 20, און נאכדעם ווארפט זיי ער זיי צו די כלבים אויף די גאס. דאס איז א רוצח נפש ! ער איז דיר גוט געווען ביז יעצט, מוזטו זעהן צו אקאמאדירן די עלטערע בחורים. נאר ווייל ער האט נאך קיין שידוך געטראפן, קען מען אים נישט שטראפן מיטן ווארפען.

דאס איז רשעות און איז גורם אז בחורים זאלן ארויסגיין לתרבות רעה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 20:41 לינק ישיר 

שפיצער, א ישר כח פאר דיינע ווערטער.

דאס איז די ערשטע זאך וואס מען זאגט אויף איינעם וואס מען וויל אים אונטערברענגען אז ער זאגט פאר בחורים אז זיי זאלן נישט פאלגן די טאטעס. פארשטייסט אליין אז חוץ פון דעם וואס ער דארף אליין האבן אויף צום לעבן מוז ער דאך האבן פון ערגעץ געלט אויסצוהאלטן זיין ישיבה און דאס קען נאר געשען ווען די טאטעס פון בחורים צאלן אים שכר לימוד.

ביסט דאך אליין מודה אז בחורים ווערן אפגעראטעוועט ביי אים ווייל אזוי ווערן זיי נישט פארפאלן דורכ'ן זיך צוטשעפענען צו שעדליכע עלעמענטן, וד"ל.

דער טאטע פונעם בחור צו וועמען איך האב גערעדט גייט ממש אין פייער פאר ר' יואל'ן. ער זאגט אז קיין איין ישיבה האט נישט געוואלט אננעמען זיין בחור, ווייל ער איז נאר געווען עוורידזש, און יעצט זיצט ער אין א מסגרת הישיבה, און האלט זיך צו א סדר הישיבה, אפילו אויב ס'איז א גרינגער סדר.

דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט אזויפיל בכיות פארגאסן דעם פארלאפענעם הו"ר איבער די בחורים וואס ווערן פארפאלן. א שטיין האט געקענט צוגיין פון הערן די בכיות. (דער קליפ פון די בכיות איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט. איך האב עס באקומען פון מיינעם א ידיד, א סערעט-וויזניצער.) ווייל ס'איז באמת נעבעך אזא ווייטאג און צער, פאר די עלטערן פון די בחורים, אויף קיין שום איד געזאגט.

ווילאנג ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיווע ישיבה צו ראטעווען די בחורים וואס ווערן נישט אנגענומען אין א ישיבה, וועל איך מחזק זיין די ישיבה, חוץ אויב איך וועל הערן אז ער איז באמת א מסית ומדיח, אדער א סכנה פאר קינדער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פרישע מערכה אין וויליאמסבורג, פרשת ראטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext