בד"ה הילד בנש"ק מרדכי דוב בראדי ע"ה
ברוך דיין האמת
מיט גרויס צער און טרויער האט כלל ישראל אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה פון די פטירה פון דעם טייערן און באליבטן יונגעלע היניק וחכים בנן של קדושים מרדכי דוב בראדי ע"ה א תלמיד מצוין פון תלמוד תורה בני ציון דבאבוב, דאס קינד איז דער זון פון הרה"ג בנש"ק ר' אלעזר בראדי שליט"א.
מאטיל בראדי ע"ה איז נפטר געווארן ליל שב"ק וירא אין שפיטאל אין וואשינגטאן, ווי ער האט זיך דארט געפינען די לעצטע פאר חדשים.
מרדכי דוב ע"ה שטאמט מגדולי היחס רבותינו קדושי עליון מאורי החסידות זי"ע,
עטליכע מאהל אן אייניקל פון הייליגן "דברי חיים " מצאנז זי"ע.
ת.נ.צ.ב.ה.
|
|