בית פורומים כל העולם כולו

שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2008 16:27 לינק ישיר 
שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

נאכן מספיד זיין הגז"ל א לאנגע צייט נעכטן אין ראדני, ארויסברענגענדיג וואספארא מורא'דיגער סבלן הגז"ל איז געווען די אלע יארן, און וואספארא מורא'דיגער בעל יסורים ער איז.. האט ער געברעכן די נייעס אז ... מער נישט!! דער רבי האט  נישט קיין סבלנות... עת לעשות לה'...

ס'איז נאר מורא'דיג אינטרעסאנט, אז נאכן מסביר זיין א שעה צייט אז די בית החיים באלאנגט אויסדריקליך פאר זיי.. און דאס וואס הנהלת קיט"ל זאגט אז מאיינקאסירט געלט פון די משפחה פון א יעדען בר מינן.. איז סתם ליגנט.. צו פארפירן די מוחות פון די "תמימי לב"... נו? אויב אזוי וואס איז דאס וואס ער מעלדט אז "מ'גייט נעמען שריט"....???

שוין ווייטער איז ער דער געוואונער וואס גייט אין קאורט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2011 01:42 לינק ישיר 

אן אינטערסאנט אשכול פין דעם לץ פערלשטיין דעס איז נאך געווען פאר די טראגעדיע

אית דין ואית דין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 15:36 לינק ישיר 

א מחי' אדורך צי ליינען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/11/2008 21:48 לינק ישיר 

ביגסאטמאר ויארא קימט אויס אפאר חדשים פאר שיתסר   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2008 21:26 לינק ישיר 

טאטלע.   ווען איז געווען אלעף שעמאס אז די האלטס שוין ביי וארא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2008 20:36 לינק ישיר 

שוין, איך האב געדארפט ווארטן ביי די פאספארט אפיס האב איך אויסגעהערט די דרשה, איך זעה נישט פארוואס דוד46 איז נערוועז, וויפיל איך האב פארשטאנען האט שאול פערלשטיין קלאר געזאגט, אז ער גאראנטירט אז אלע זיינע מעבער'ס וועלן ליגן אין דער ערד..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2008 19:32 לינק ישיר 

דוד דאנערשטאג פרשת וארא איז אוועק א פרוי ב ש איך ועל נישט מאריך זיין וועגען כבוד המשפחה די משפחה האט באצאלט האט באצאלט צווי מאל פיר אלפים וויל זיי זענען גוואר געווארען אופען שווערען וועג וואסערע שקרן פערעלשטיין איז ער האט זיי ציגעזאגט אז אלעס איז מסודר אין יעדער באצאלט פאר זיי 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2008 05:56 לינק ישיר 

איך דערמאן זיך יעצט ווען דער חכימא דיהודאי ר' סענדער דייטש ז"ל פלעגט זיך אויפשטעלן ביי די גענעראל-פארזאמלונגען תשמ"ט און מערערע מאל דערויף, און געדינערט מיט זיינע דרשות און געפאכעט מיט זיין געשלופענע דרשות אין באבענ'ס באבען... סאטמאר איז נישט קיין שטח הפקר! מיר וועלן נישט האדעווען א שלאנג אין אונזער בוזעם וכו' וכו'... די חסידימ'לעך זענען אהיים העפי! מ'האט גוט אפגעשמיסען די בני יואל... און די בני יואל האט זיך גוט אויסגעלאכט: רעד וויפיל איר ווילט! מ'האלט היינט גענוי 20 יאר שפעטער און דער טיפוש פערלשטיין האט נישט געלערנט קיין לעקציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2008 03:52 לינק ישיר 

ס'איז גראדע געווען זייער אינטערעסאנט און געשמאק צו הערן וויאזוי פערלשטיין שטעלט זיך אויף צום זיבעציגסטן מאל מסביר זיין פאר זיינע קעלבעלעך וויפיל מאל ער האט שוין נישט גערעדט, וויבאלד ס'גייט זיי אלעמאל אזוי גוט...

איך מיין אז אנשטאט אויסרעכענען יעדעס מאל וואס די אהרונים האבן געהאט א דורכפאל זאל פערלשטיין ענדערש אויסרעכענען וויפיל מאל ער האט שוין נישט גערעדט במשך די פארלאפענע יארן, זאל זיין עולם זיך מחזק זיין צו זען וויאזוי ער האט זיך געקענט איינהאלטן צען יאר פון רעדן, ביז זיין 'סבלנות' האט ענדליך געפלאצט...

אגב, ר' שאול, אויב דורך די שווערסטע צייטן האסטו זיך געקענט איינהאלטן און דיין סבלנות האט נישט געפלאצט, איז דא עפעס א ספעציעלע סיבה פארוואס ס'האט יעצט יא געפלאצט?!

איך הער קלאנגען אז ס'האט עפעס שייכות צום פארלירן עטליכע וויכטיגע שטיקלעך קרקע ערגעץ נעבן די טרעילערס פון די זאלי מיידל סקול אין טאון אוו מאנראו, וואס האט גורם געווען אז די קאסע פון די וויליאמסבורגער זאלי קהל טרוקנט אויף כח, איז דאס ריכטיג?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 19:14 לינק ישיר 

דוד46

רעוואלוציע, רעשוואלקע, HOWEVER דו ווילסט עס אנרופן, אז דו האסט נישט וואס צו זאן, וואלט איך דיר געראטן צו גיין איבער הערן שאול'ס דרשה, וועסט זיכער האבן תירוצים דא, וועסט נישט מוזן מאכן "פינטל פינטל פינטל"
זאלן די קווינס בויעס וואס זיצן מיטן טעלעפאון אין האבן נישט קיין עקסעס דערווייל צו שרייבן אויפן פארק, אין ווארטן אז דו זאלסט ענטפערן עפעס גוטס אויך זעהן אז עס איז יא דא א תירוץ ענטפער עטליסט פאר זיי,  איך זאג דיר איך האב מיר געמאכט אביסעלע צייט נעכטן, איך זאג דיר, מען האט מיר געמוזט אויפקלערן אז דאס איז א פאקט אז דער איד האט גערעדט פארנט פון מענטשן, איך גלייב עזס פשוט נישטDONT TELL ME  אז די זאליס זענען שוין אזוי דיפרעסט אין מען לאזט אויפשטעלן איינעם וואס דרשנ'ט קיין ווארט... ער נעמט דארט די פאר מנינין אידן אויף אזא מין רייד, אזש מען קען קייכן פאר געלעכטער

איי די ציבור דא האלט אין איין פרעגן קשיות דוד'ל, וואס מאככסטו דיך נאריש! הער איבער דעם טעיפ פון שאול וועסטו האבן פאר יעדן צו ענטפערן!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 05:06 לינק ישיר 

אריגיענעלער, האסט בארירט א ג'וואלדיגע פאוינט!!! מ'געדענק מיר נאך אלע ווי בן פראדעל'ע האט אין די טעג נאך סוכות תש"ס (ווען דער בלאט האט אנגעהויבן צו ערשיינען) אזא וויש געטאן מיטן האנט זאגענדיג מיט זיין זיס קעלעכל פאר פאר די קעלבעלעך זיינע, {קוואוט}; "מיט יאנקאוויטש קען מען צייטונג נישט מאכן"...... עכל"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 03:17 לינק ישיר 

ס'פארשטייט יעדער נאטורליך די ווייטאג פין דוד'ל אויפן בלאט.
 ווייל ער קוקט זיך אן וואס ס'איז געווארן פין מילך דייטש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/11/2008 02:37 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
דער מאנראוער צדיק'ל האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דעראיד פון די געשעפטן אין ק"י,

א חוצפה פון דער איד צוציטירן די גאנצע דרשה פון ר' שאול פערלשטיין ווי ער מאכט צונאר דעם וועלטס חכם פון מאנראו...

לעבן זאל די רעוואלוציע


פערלשטיין האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דערבלאט פון די געשעפטן אין ק"י, (ער איז דאך בעה"ב אויף גאנץ ק"י בכלל און אויף די ישיבה בפרט)

א חוצפה פון דער בלאט צוציטירן די גאנצע דרשה פון הגה"צ גאון הגאונים פוסק דורינו שליט"א ווי ער מאכט א זייפ'ן בלאז פון דעם וועלטס חכם פון פאיע...

לעבן זאל די רעוואלוציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 01:27 לינק ישיר 



גראדע איז עס זייער זיס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 01:23 לינק ישיר 

יענקעלע


וואטש נישט צופיל צו לאכן, ווייל מען וועט מוזן רופן די הצלה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 01:17 לינק ישיר 


דוד'ל,

דוד'ל,
?THAT IT
דאס אלעס וואס דו האסט צו ענטפערן?
ראזענוואסער, ראזענוואסער?
דוד, איך פאר רוף מיך אויף ענקער באראש געווינס!!!,
אויף אייער אפעלעט געווינס!!!,
אויף אייער קארט אף אפיעלס געווינס!!!,
אין ערגעץ האט איר נישט באקומען קיין שום בעלות אויף וויליאמסבורג,
אמת ראזענוואסער האט געגעבן דאס בעלות פאר
רבי בערל פריעדמאן און דער אפעלעט האט דאס אפ געווארפן,
אבער איר האט דאס אינערגעץ נישט באקומען,
סא, ווי פארקויפט ענק שאול אז ער איז בעל הבית פונעם בית החיים,
ווי איז ער בעל הבית, אפשר אויפן עולם האמת,
אבער דא אין עולם השקר איז ער פונקט אזא בעל הבית אויפן
בית החיים אין קרית יואל, ווי דער בעלזער גבאי, דוק ותשכת...
און נישט בחינם וויינט ער ווי א בין,
ער האט פארלארן זיין הויפט הכנסה פאר זיין געגאנבעטע קהלה,
און פרענקלי, I FEEL HIS PAIN,
איך געדענק ווען מיר האבן געמאכט אלף שמות'ן און גענעראל פארזאמלונגען
און רבי אלישע האראוויץ האט אונז בארוהיגט,
און די זאלונים האבן פון אונז געלאכט,
נו, אצינד האט זיך דאס איבער געדרייט,
איר מאכט פארצווייפעלטע גענעראל פארזאמלונגען מיט אלף חיי שרה'ס
און מיר קאלערן זיך פאר געלעכטער,
בלייבט נאר א שטיקל תפלה, השם (טייערער באשעפער) לאורך ימים (זאל לאנג אנהאלטן אונזער שמחה),
און בעזר השי"ת מיט די הילף פון שאול פערלשטיין וועט דאס אי"ה לאנג אנהאלטן.




תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 21/11/2008 1:17:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext