קלינטאן פאר סעקרעטערי אוו סטעיט?
די פאליטישע וועלט קען נאכנישט צוזיך קומען פון דעם מעכטיגן פאליטישן 'סטאנט' פון אבאמא, ביים פארשלאגן די האקעלע סעקרעטערי אוו סטעיט פאזיציע פאר קלינטאן, איינע פון זיינע גרעסטע שונאים אין די היינטיגע פאליטישע אטמאספערע.
איך בין נאך סקעפטיש אויב אבאמא וועט עס פאקטיש דורכפירן. זיין לאגער האט שוין אנגעהויבן ספינען אין די מידיא אז ביל קלינטאנ'ס סאודי אראבישע מתנות פאר זיין לייברערי "קענען" שאטן פאר אירע שאנסן צו קריגן די פאזיציע. ווי לאנג איך זע עס נישט שווארץ אויף ווייס קויף איך עס נאכנישט.
פון די אנדערע זייט האלט איך אז זי וועט שטיין אין א בעסערע פאזיציע צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2012, אדער גאר אין 2016 קעגן פעילין, אויב זי בלייבט יעצט אין סענאט און ווערט דארט א מאכטפולע פאוער בראוקער.
קען זיין אז דאס איז טאקע אבאמא'ס סיבה?
|
|