בית פורומים כל העולם כולו

וואס איז נייעס בר פלוגתא פון רש"י הקדוש רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2008 17:04 לינק ישיר 
וואס איז נייעס בר פלוגתא פון רש"י הקדוש רח"ל

http://www.vosizneias.com/22719/2008/11/19/new-york-parshat-chayei-sarah-the-age-of-rivkah-at-her-wedding-3-years/



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2008 06:08 לינק ישיר 

איך פארשטיי באמת נישט די מעקעריי.

איך זאג סך הכל אז היינט איך אויך אזוי.

ממילא קען איך זאגען בפה מלא

אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מחולפת.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2008 03:01 לינק ישיר 

זיסקייט
אין די גמרא שטייט נישט אז עס דוקא אין די דורות הראשונים. דאס לייגסטו צו.
פארוואס?
וואס אייגענטלעך האט גורם געווען אז די זאלסט האלטען אז היינטיגע צייטען איז דאס נישט מעגליך??
אפשר ווייל די ביסט שוין אזוי רגיל אז ווען די זעהסט א שטיקעל גמרא אדער פסוק -------------------- זאגסטו גלייך, "דורות הראשונים" אמאהל???


גראדע איז היינט נישט אנדרעש, בימינו אלה

אזהרה פון די מנהלים, דער אופן וויאזוי טייל מענטשן שרייבן אין דעם פארום וועט בשום אופן נישט טאלערירט ווערן.

דאס איז א פארום פאר אידן וואס זענען מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפה ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/11/2008 5:15:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2008 22:34 לינק ישיר 

מלוה מלכה, ליבי אומר לי אז דער אשכול איז צו ערוואקסן פאר דיר.

איך האב נאך קיינמאל נישט אנטיילגענומען אין קיין היציגע דעבאטעס איבער אהרונים/זאלונים, און איך האב ביטער פארדאמט דאס געפערליכע אפיקורסות פון יענעם ארטיקל.

משא"כ די גרעסטע אהרונים (גוטזאגער און שפיצער) האבן זיך אנגענומען פאר דעם כופר, ווייל זיי האבן נישט געהעריג געליינט דעם ארטיקל און זיי האבן געמיינט אז ער ברענגט מסיח לפי תומו נאך דעם אבן עזרא.

אלזא, פארדריי נישט א שמיטשיק מיט אהרונים און זאלונים, ווייל די דעבאטע אין אונזער אשכול איז אינגאנצן נישט קיין פארטייאישע דעבאטע, ס'איז נאר א דעבאטע צווישן נאאיווע און פארשטענדליכערע.

אגב, עפן אויף יענעם לינק און דו וועסט זען וויאזוי רוב פון די ליינערס רייסן שטארק אראפ דעם ראביי און וואס איז נייעס פאר'ן ברענגען אזעלכע שוידערליכע כפירה ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2008 19:53 לינק ישיר 

איך האב נישט געליינט יענעם ארטיקל. אבער לבי אומר לי אז אין כאן לא כופר ולא אפיקורס, אבל יש כאן ארונים וזלונים.

ארונים שרייען ער איז א וואולגארישער מלעיג (והראיה VIN ציטירט אים), און זלונים שרייען אז נישט (VIN איז דאך מכלומרשט א זייערערס לשיטת ארונים).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2008 07:46 לינק ישיר 

באראפארקער

ווי עס קוקט אויס האט עס יא א שייכות,

איך ווייס נישט צו וועלכע קרייז די באלאנגסט...

אבער נאר אזא איינער וואס קען בארעכטיגען אזא מושחת און חוטא ומחטיא ווי דער שגץ נחום קען זיין א מטהר טמאים, ומטמא טהורים.

דא שרייבסטו די נעמסט זיך נישט אהן פאר דעם מושחת נחום, אין אנדערען אשכול שרייבסטו מער ווי איינמאל ער איז גערעכט איינמאל אונגאנצען איינמאל %75... פארשטייט זיך מיט א ראי' פון דוק מני'...

אויף אונזערע "קרייז" ערליכע רבנים שרייסטו אז רח"ל מ'געט א הכשר אויף.פסול'לע מקואות.

אנטשולדיג אויף דעם מושחת אייגענע הלכות מעג מען נישט קריגען נאר אויף רש"י הקדוש?

גלייב מיר אז דער אזוי גערופענע 'קליגער קרייז' ראביי איז עס זיכער מתיר... און אסאך שוואכע סטאנדארטען און כשרות איז ביי אים אויך גוט.

דרך אגב וואלסטו אים געפרעגט דיינע חייבו כריתות שאלות?

בכלל פארשטיי איך נישט וויאזוי דיינע "דוק מיני'ס" ארבעטען...?

שרייבסט דא אז אויב מ'ענטפרט דורך זלזול איז א 'דו"ק' אז מ'איז נישט גערעכט.. אפשר ניצט דעם זעלבען 'דו"ק' אויף דיין ליבלונג דעם מושחת נחום וואס ניצט כסדר נאר זולזולים אויף אלע ערליכע רבנים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2008 05:32 לינק ישיר 

אנטשולדיגט ר' געגאנגען.
ביסט געגאנגען א גאנג.
איך בין אביסעל אפסעט אז די מישט אויס טעמעס, די טעמע פין נחום בעלאנגט אין יענעם אשכול, נישט דא, און סיידען ביסטו נישט גערעכט אפילו מיט דיין דמיון, ווייל איך נעם מיך נישט אהן פאר נחום, איך האלט נאר אז מחוייב מיתה איז ער נישט.

צום ענין דא, איך זיך נאך די "וואלגארע" אויסדרוקען פין אים אויף רש"י, איך וואלט זייער הנאה געהאט ווען די ברענגסט זיי אהער, און די ווייזט אויף וואס ער שרייבט דאר "וואלגאר".

און טאמער שרייבט ער "וואלגארע" לשונות אויף רש"י איז ער טאקע א מלעיג על דברי חכמים, ואין תרופה למכתו, אבער דאכט זיך אז נישט דאס איז געווען די וויכוח ביז אהער אין דעם אשכול

און יעצט צו ענין בכלל, טוה א טובה למען הכלל, און ווען די ענטפערסט פראביר צו ענטפערען מיט קלאס, און האק נישט אין טשייניק וועגען נחום, סוף כל סוף ווילסטו אויך נישט ער זאל האבען מער פאבליסיטי ווי עס איז די הכרח, און אויף דעם איז שוין דא זיין אשכול.

מיט ענטפערען דורך זלזולים צום שרייבער, ווי למשל, ביסט אמאהל געווען נארמאל, ביסט נישט מיט אלעמען, ווערסטו נישט מער גערעכט (אדרבה, עס ווייזט נאר פארקערט ודו"ק), און בעיקר וואס די טוטס אויף איז, אז מען פארלירט די אפעטיט פין שרייבען און ענטפערען.

טראכט אריין למשל ווען די שטייסט אין ביהמ"ד און מען שמועסט וועגען דעם ענין, איך זאג מיין דעה, די אנדערע זאגען זייער דעה, און די קומסט צוגיין און די הייבסט אהן זאגען אז איך בין נישט מיט אלעמען, וואס האסטו אויף געטוהן? האסט סך הכל קאליע געמאכט דעם ליבליכען וויכוח וואס מען קען ארויסנעמען פין דעם גאר אסאך ידיעות, איז פליז, בבקשה, זיי מגיב, אבער מיט שכל און קלאס, און נישט מיט זלזולים.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/11/2008 7:31:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 19:29 לינק ישיר 

באראפארקער, אסאך קשיות זענען מיר יעצט פארענטפערט געווארן.

כ'האב זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וויאזוי עמיצער ווי דו, וואס איך געדענק אלס נארמאלער מענטש, זאל נישט נאר פארטיידיגן אזא מנוול ומושחת ווי נחום ראזענבערג, נאר נאך אפקויפן פאר גוט געלט די אייזערנע לאקשן וואס יענער גיסט דיר אריין אין בויך.

יעצט, אז איך זעה וויאזוי דו נעמסט זיך אן פאר אן אפענעם אפיקורס, מוז איך בהחלט אננעמען אז אדער ביזטו געכאפט אויף די מעשה, אדער ביזטו פשוט נישט מיט אלעמען - אנטשולדיגט פאר די שארפע אויסדרוקן.

אן אריינגיין אין די עצם טעמע וואס דער וואנזיניגער ראביי האט אויפגעברענגט, איז קלאר אז עמיצער וואס קען זיך אויסדרוקן אויף רש"י הקדוש - וואס איז בעצם די הייליגע חז"ל אין די מדרשים - אזויווי ער האט זיך אויסגעדרוקט, איז פשוט און גראד אן אפיקורס.

דא איז נישט די טעמע פון א מחלוקה צווישן רש"י מיטן אבן עזרא, דא איז די רעדע פון די וואולגארע אויסדרוקן וואס יענער אפיקורס נוצט קעגן רש"י/חז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 17:29 לינק ישיר 

הגם עס איז נישט דער סדר ביי אונזערע קרייזען אזוי צו רעדען, ד.ה. זאגען אז איין פשט איז בעסער ווי די אנדערע ווייל די ערשטע פשט קען נישט געשעהן אין מציאות, איז עס א נארמאלע ערשיינונג ביי אנדערע קרייזען, און עס מאכט אים "נישט" פאר א כופר. אדרבה ואדרבה, עס מאכט אים פאר א קלוגער מענטש.
ער איז נישט חלילה מלעיג אויף רש"י ער ברענגט ארויס אז אין פשטות איז דאס נישט אזוי, נאר וואס דען? מען דארף עס פארשטיין אז עס קומט זאגען עפעס אנדרעש, און ער פראבירט ארויס צו ברענגען וואס דען עס קומט אונז זאגען.

דער הייליגער רמב"ם שרייבט די פאלגענדע ווערטער. איבריג צו זאגען, נאך אדורך לערנען די רייד פין רמב"ם וועט מען קענען זעהן אין וועלכע כתה די קריטיקירער פין דעם שרייבער זענען, אז זיי זענען גארנישט אזוי גערעכט.

וזה לשונו

[כת ראשונה - מקבלים דברי חכמים כפשטם]
הראשונה והוא רוב מה שראיתי, ואשר ראיתי חיבוריו ומה ששמעתי עליו -
הם מאמינים אותם על פשטם, ואין סוברין בהם פירוש נסתר בשום פנים. והנמנעות כולם הם אצלם מחויבות המציאות.

ואמנם עושים כן, לפי שלא הבינו החוכמה והם רחוקים מן התבונות, ואין בהם מן השלמות כדי שיתעוררו מאליהם, ולא מצאו מעורר שיעורר אותם. סוברין שלא כוונו החכמים ז"ל בכל דבריהם הישרים והמתוקנים, אלא מה שהבינו לפי דעתם מהם, ושהם על פשטם. ואע"פ שהנראה מקצת דבריהם יש בהם מן הדיבה והריחוק מן השכל, עד שאילו סופר על פשוטו לעמי הארץ - כל שכן לחכמים - היו תמהים בהתבוננתם בהם, והם אומרים היאך יתכן שיהיה בעולם אדם שיחשוב בזה או שיאמין שהיא אמונה נכונה, ק"ו שייטיב בעיניו.

וזו הכת עניי הדעת, יש להצטער עליהם לסכלותם, לפי שהם מכבדין ומנשאין החכמים כפי דעתם, והם משפילים אותם בתכלית השפלות, והם אינם מבינין זה. וחי השם יתברך כי הכת הזה מאבדים הדרת התורה ומאפילים זהרה, ומשימים תורת ה' בהיפך המכוון בה. לפי שהשם יתברך אמר בתורה התמימה "אשר ישמעון את כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה", והכת הזאת מספרים משפטי דברי החכמים ז"ל מה שכששומעים אותו שאר האומות, אומרים "רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה".

ורוב מה שעושים זה הדרשנים שהם מפרשים ומודיעים להמון העם מה שאינם יודעים. ומי יתן אחר שלא ידעו ולא הבינו שיהיו שותקים. כמו שאמר "מי יתן החרש תחרישון ותהי להם לחכמה". או שיהיו אומרים אין אנו מבינים כוונת החכמים בזה המאמר ולא היאך יתפרש. אבל הם מחשבים שהם מבינים אותו ומשתדלים להודיעו לפרש לעם מה שהבינו הם עצמם, כפי דעתם החלושה, לא מה שאמרו חכמים, ודורשים בראשי העם דרשות ממסכת ברכות ופרק חלק וזולתם על פשטם מלה במלה.

[כת שניה - לועגים לדברי חכמים]
והכת השניה הם רבים גם כן, והם אותם שראו דברי החכמים או שמעום והבינו אותם כפי פשוטם, וחשבו שלא כיוונו חכמים בו זולתי מה שמורה עליו פשט הדבר, והם באים לסכל אותם ולגנותם ומוציאים דיבה על מה שאין בו דיבה, וילעגו על דברי חכמים ושכלם יותר זך מהם. ושהם, עמי הארץ נפתים, גרועי השכל, סכלים בכלל המציאות, עד שלא היו משיגים דבר חכמה בשום פנים.

ורוב הנכשלים בזה השיבוש המתייחסים לחכמת הרפואות והמהבילים בגזרת הכוכבים, לפי שהם במחשבתם נבונים וחכמים בעיניהם ומחודדים ופילוסופים, וכמה הם רחוקים מן האנושית אצל אותם שהם חכמים ופילוסופים על האמת. אבל הם סכלים יותר מן הכת הראשונה, והרבה מהם פתיות.

והיא כת ארורה, לפי שהם משיבים על אנשים גדולים ונשיאים אשר נתבררה חכמתם לחכמים, ואלו הפתאים אילו היה עמלם בחכמות עד שיהיו יודעים היאך ראוי לסדר ולכתוב הדברים בחכמת האלוהות, והדומה להן מן הדברים אצל ההמון ואצל החכמים, ויבינו החלק המעשי מן הפילוסופיה, אז היו מבינים אם החכמים ז"ל חכמים אם לא, והיה מתבאר להם עניין דבריהם.

[כת שלישית, מבינים שדברי חכמים הם משל]
והכת השלישית והם חי השם מעטים עד מאוד עד שאין ראוי לקרותם כת, אלא כמו שיאמר לשמש "מין" ורק היא יחידי. והם אותם בני אדם שנתברר אצלם גדולת החכמים ז"ל וטוב שכלם, ממה שנמצא בכלל דבריהם מורים על עניינים אמיתיים למאוד. ואע"פ שהם מעטים ומפוזרים במקומות מחיבוריהם, הם מורים על שלמותם, וכי הם השיגו האמת. ושנתברר גם כן אצלם מניעת הנמנע ומציאות המחויב להימצא. וידעו כי הם עמי הארץ, אינם מדברים היתולים. ונתאמת להם שדבריהם יש לו נגלה ונסתר, וכי הם בכל מה שאומרים מן הדברים הנמנעים, דברו בהם בדרך חידה ומשל, כי הוא זה דרך החכמים הגדולים.

ולפיכך פתח ספרו גדול החכמים ואמרו "להבין משל ומליצה דברי חכמים וחידותם". וידוע הוא אצל בעל הלשון כי "חידה" הוא הדבר שהמכוון בו בנסתר לא בנגלה ממנו. וכמו שאמר "אחודה נא לכם חידה" וגו'. לפי שדברי החכמים כולם בדברים העליונים שהם התכלית, אמנם הם חידה ומשל.

ואיך נאשימם על שמחברים החכמה על דרך משל, ומדמים אותם בדברים הפחותים ההמוניים, ואנו רואים החכם מכל האדם עשה זה ברוח הקודש. רוצה לומר: שלמה במשלי ושיר השירים ובמקצת קהלת. ואיך יקשה עלינו לסבור פירוש על דבריהם ולהוציאם מפשטם, כדי שיאות לשכל ויסכים עם האמת ועם היותם כתבי הקודש, והם בעצמם סוברים בפסוקי המקרא ומוציאים אותם מפשוטם ומשימים אותם משל, והוא האמת.
כמו שאנו מוצאים שאמרו (ברכות יח ע"ב) בפירוש פסוק "הוא הכה את שני אריאל מואב", שהוא כולו משל, וכן מה שנאמר "והוא ירד והכה את הארי בתוך הבור" משל. וכן מה שנאמר "מי ישקני מים מבור בית לחם" (ב"ק ס ע"ב), ושאר הסיפור כולו משל. וכן ספר איוב בכללו אמרו קצתם משל היה (ב"ב טו ע"ב), ולא פירש לאיזה דבר הושם זה המשל. וכן מתי יחזקאל (סנהדרין נב ע"ב) אמרו קצתם משל הוא, ורבים כאלה.

ואם אתה המעיין מאחת השתי כתות הראשונות, לא תשגיח בדברי ולא בשום דבר מזה העניין, לפי שלא יהיה נאות לך שום דבר ממנו, אבל יזיקך ותשנאהו. והיאך יאותו המאכלים הקלים המעטים מכמותם הישרים באיכותם לאדם שהרגיל במאכלים הרעים, אבל באמת הם מזיקים לו והוא שונא אותם. הלא ידעת מה אמרו האנשים שהיו רגילים לאכול בצלים ושומים והדגים "ונפשנו קצה בלחם הקלוקל".

ואם אתה מן הכת השלישית, כשתראה דבר מדבריהם שהדעת מרחיק אותו, תעמוד ותתבונן בו ודע שהוא חידה ומשל, ותשכב עשוק הלב וטרוד הרעיון בחיבורו ובסברתו, ותחשוב למצוא כוונת השכל ואמונת היושר, כמו שנאמר "למצוא דברי חפץ וכתוב יושר דברי אמת". ואז תסתכל בספרי זה ויועיל לך בע"ה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 05:52 לינק ישיר 

שפיטצער

לשיטתך וואס זאגט ער וועגן אברהם אבינו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 23:33 לינק ישיר 

אגב, איז דער ראביי חוץ פון א משכיל אויך א גרויסער עם הארץ, ווייל אין די גמרא אין סנהדרין (דף סט ע"א) זעט מען קלאר אז דורות הראשונים האבן געקענט האבן קינדער ביי די זעקס יאר.

(און דער ראביי ווענדט אפ רש"י מיט זיין ראי' פון להבדיל אלף אלפי הבדלות, היינטיגע גויטעס.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 23:03 לינק ישיר 

שפיצער, איך בין נישט דער אבן עזרא, דו ביסט נישט, און דער ראביי איז זיכער נישט. דער אבן עזרא איז געווען א ראשון און ווי באקאנט טייטשט ער אויס די תורה אויף א וועג וואס ער האט בדעת קדשו איינגעזען אלס פשוט פשט. און ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו לערנען דעם אבן עזרא'ס פשט, אדער תוספות'ס פשט. די פראבלעם איז אויפצואווייזן פארוואס רש"י האט נישט געוואוסט וואס ער האט גערעדט ("ווייל איך האב נאכנישט געזען א דריי יעריג מיידל וואס קען געבן וואסער פאר א קעמל", עפ"ל.)

דער ראביי ברענגט נישט דעם אבן עזרא'ס פשט קעגן רש"י'ס נאר זיין אייגענעם קעגן רש"י'ס און ער ווייזט אויף מיט זיין אייגענעם ראבייאישן שכל אז רש"י האט זיך טועה געווען און פאלש אריינגעלערנט פשט אין די תורה, רח"ל מהאי דעתא, אזוי צו שרייבן אויף רש"י הקדוש וואס מיר גלייבן און ווייסן אז ער האט מחבר געווען זיין פירוש מיט רוח הקודש.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז דעם ראביי'ס גאנצע הסבר איז נישט אויסגעהאלטן. אויב ווילסטו פארגלייכן די הייליגע אבות ואמהות צו אונזערע היינטיגע שוואכע קערפערס, וועט דיר אויפקומען א שטאק מיט קשיות. וויאזוי קען זיין אז מענטשן האבן געלעבט דאן אזוי לאנג, געהאט קינדער אזוי שפעט (ביי די 90 יאר!) און נאך און נאך. פארוואס יענץ איז אים נישט שווער?

און ווי איין מגיב ווענדט אים דארט אזוי גוט אפ ביי יענעם סייט, אז זיין גאנצע עקלהאפטיגע סברה (ווייל היינטיגע גויטעס קענען שוין האבן קינדער ביי די 14 יאר און נישט פארדעם בלא בלא בלא, גועל נפש אפילו נאכצוזאגן זיינע עקלדיגע ווערטער.) איז נאריש, ווייל רבקה האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער ביז 20 יאר נאך די חתונה. דאס הייסט אז אפילו לויט זיין עקלדיגן משכילישן וועג פון פרובירן פארגלייכן אונז מיט זיי, די הייליגע אבות ואמהות, איז ער גרייזיג.

באמת, שפיצער, ווייס איך נישט וואס אנצופאנגען צו טראכטן, אויב האט דער אינטערנעט אונז אראפגעברענגט צו אזא פראסטן לעוועל, אז מיר זאלן קענען ליינען ווי א ראביי מאכט חוזק פון רש"י אויף אזא געמיינעם וועג, און נישט ווערן אויפגעציטערט ביז גאר, דאן זענען מיר אויף גרויסע צרות, און איין זאך קען אונז העלפן, משיח זאל קומען בקרוב ממש.

נ.ב. איך האב דיך צוערשט פרובירט דן צו זיין לכף זכות אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס ער שרייבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 17:02 לינק ישיר 

זיסקייט, אנטשולדיגט, אבער די סברות וואס ער זאגט, זאגט ער נאך פון איינער וואס זאגט עס מיטן זעלבן לשון.

דער "אבן עזרה" שרייבט דארט בזה הלשון:
"ואם דברי קבלה נקבל ומדרך הסברא אין זה נכון"

נאכדעם שרייבט ער:
"ואחרים אמרו שהיה בן חמש שנים גם זה לא יתכן בעבור שישא עצי העולה והקרוב אל הדעת שהי' קרוב לי"ג שנים"

דער אבן עזרה שרייבט איבער וואס עס לייגט זיך אויפן שכל, ממש אזוי, און דער שרייבער אויף די אינטערנעט שרייבט פשוט נאך די ווערטער פונעם אבן עזרה. ער האט דאס נישט אויפגעטראפן, עס האט גארנישט מיט זיין שכל, ער שרייבט פשוט נאך וואס דער אבן עזרה שריייבט.

עכ"פ אזוי קוק איך עס אן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 04:35 לינק ישיר 

די אלע וואס פארענטפערן דעם כופר קענען נישט קיין ענגליש.

ער ברענגט נישט סתם אזוי נאך די אנדערע מפרשים וואס האלטן אנדערש. איך וואלט נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט ווען ער וואלט דאס געטאן. וואס ער טוט יא איז אז ער פרעגט אפ רש"י. ער מאכט חוזק אז רש"י האט געלערנט פאלש פשט און ווייזט אויף אז רש"י'ס פשט לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.

דאס איז עקזעקטלי וויאזוי די משכילים האבן מבאר געווען די תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2008 23:42 לינק ישיר 

פאר די אלע וואס האבען נישט ליב דעם VIN, גייט פשוט נישט אהין! איך פערזענליך גיי צי

http://www.theyeshivaworld.com/
אין
http://www.matzav.com/





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2008 23:27 לינק ישיר 


דא האט איר די תוספות אין יבמות ס"א קוקט אין ד"ה וכן הוא אומר והנערה טובת מראה. תסו' ברענגט דארט א שיטה פין ה"ר שמואל חסיד משפיר"א, אז רבקה איז געווען 14 יאר ווען זי האט חתונה געהאט. 

עס לאזט זיך נישט אריין קאפי'ן דא האט איר א לינק ווי איר קענט טרעפן ש"ס מיט די צירות הדף ווי איר קענט זעהן די תסו'



http://www.e-daf.com/index.asp




תוקן על ידי יודלע ב- 19/11/2008 23:40:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס איז נייעס בר פלוגתא פון רש"י הקדוש רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext