שווער צו זאגען אז זיי פארלייגען זיך אויף "שחיטה" ווייל מיעל מארט שעכטען נישט אין די פאראייניגטע שטאטען. און
די מיעל מארט פראבלעם איז א לאקאלע סיטי אדער שטאטישע פראבלעם, רובאשקען
איז פעדעראל. אזוי אז די צוויי האבען נישט אזוי ווייט קיין שייכות.
אמת
אז PETA האט זיך פארלייגט אויף רובאשקין, און עס איז גאנץ מעגליך אז די
גאנצע באשולדיגונג האבען זיי אנגעברענגט אויף רובאשקין ווען זיי האבען זיך
נישט געמאכט וויסענדיג פין זייערע פארלאנגען.
רובאשקין האט כמעט
נישט געהאט קיין ברירה, ווייל זיי (די רשעים וואס האבען רחמנות נאר אויף
בהמות) האבען געוואלט ער זאל אויף נעמען עפעס א ראביי, וואס ער זאל מחליט
זיין "ווי אזוי" מען זאל שחט'ן, פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין הוה
אמינא בכלל, מען קען נישט געטרויען א ראביי זאל זאגען וואס פאר א דעות אין
א שחיטה, האבען זיי גענטפערט אז לעגאל זענען זיי גערעכט.
די פיטא
רשעים, זענען בעצם מענטשען וואס האלטען אז מען טאר בכלל נישט עסען קיין
פלייש, און זיי זענען אויך מודה אז די אידישע שחיטה איז די בעסטע וועג
וואס מען קען הרג'נן א בהמה, אבער זיי האבען נאר געהאט טענות אויף דעם אז
מען גיט נישט אכטונג אז די בהמה זאל נישט זעהן וואס טוט זיך, און
פארשידענע אנדערע פרטים.
http://www.goveg.com/feat/AgriProcessors/
 |
|
|