בית פורומים כל העולם כולו

כלל ישראל פאראייניגט — עת לחשות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2008 18:16 לינק ישיר 
כלל ישראל פאראייניגט — עת לחשות!

עס איז ליידער געקומען צו אזא ביטערן מצב וואס כלל ישראל מאכט מיט די לעצטע 2 טעג. איבעראל זעט מען אידן ארומגיין פארזארגט און מיט פארצאפלטע הערצער איבערן גורל פון די אידישע משכונות אין אינדיע. אידן איבעראל רייסן איין און האפן אויף גוטע בשורות.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2008 20:21 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך די ביטערע שריפה ביים ברך משה'ס  אייניקליך
האט מען געזעהן די זעלבע קראקעדיל טרערען ביי הגז"ל,אבער אין הארצן האט ער פיין געלאכט  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/11/2008 20:11 לינק ישיר 

זאג נאר ביי כל נדרי ביינאכט האסטו אריינגטראכט תשובה צו טאן, אז די שטיצט א רבי וואס גייט אינעם ציוניסטישען געריכט?

זאג נאר ביי כל נדרי ביינאכט האסטו אריינגטראכט תשובה צו טאן, אז די שטיצט א רבי וואס דאווענט אין א ג'גנב'טע שול, און בלאזט מיט א גע'גנב'טע שופר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2008 20:10 לינק ישיר 

איך געדנק ליידער ביי א צרה ל"ע אין וויליאמסבורג האט הגז"ל פילעף געקווטישעט אז ס'קומט וועגן מחלוקות

וועלן מיר דא זעהן צי ער וועט קלעמען ריספאנסעבילטי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/11/2008 20:03 לינק ישיר 

אוי געוואלד!!!
מיר אלע ווייסן אז בשעת צרה שרייט מען "לא עת לחשות",
ס'איז "עת לדבר",
און אצינד איז זיכער עת לדבר!!!
קומט דא דער דוד מיט זיין פארקרומטן קאפ און שרייט "עת לחשות"
ניין דוד, לא עת עת לחשות...
ס'איז עת צו שרייען,
גייטס ארויס פון ציוניסטישן בית המשפט!!!
לאמיר זיך אויפירן בדרך התורה,
אויב האבן מיר א סכסוך לאמיר זיך פירן בדרך התורה,
לאמיר גיין צו דין תורה,
איז שוין נישטא קיין ערליכע רבנים?
זענען נאר רבנים נוגעים בדבר ערליך און קראנט?
דוד, אצינד איז די צייט פאר חשבון הנפש,
אצינד ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער,
ווען כלל ישראל כולם כאחד זענען צובראכן אויף שברי שברים
פון די שרעקליכע טראגעדיע זאל זיך יעדער פארנעמען אויף צו גיין נאר בדרך התורה,
וזאת התורה לא תהא מוחלפת, אין אלע קרייזן ווי עס איז דא א סכסוך
פארשטייט יעדער אז "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"
און מען גייט לפני דייני ישראל מפשר ומתווך צו זיין די סכסוכים,
בלויז איין קרייז איז דא וואס איין צד קומט כסדר מיט לעכערליכע נימוקים
און תירוצים פארוואס זיי זענען נישט מחוייב זיך צו שטעלן צו דין תורה
און אצינד איז די צייט זיך צו ברעכן און זיך צו שטעלן צו דין תורה
ובשכר זה וועט דער הייליגער באשעפער מסיר זיין חרון אפו פון כלל ישראל
ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2008 18:19 לינק ישיר 

אין אזא צייט לאמיר נישט זיין פארנומען מיט די אלע קריגערייען לכה"פ דא אויף היידפארק.


שטעלט אייך פאָר, צו וואלט עמיצן בייגעפאלן למשל כל נדרי ביינאכט צו זיין פארנומען מיט קריגערייען און אנדערע נארישקייטן?

עס איז ליידער געקומען צו א מצב אז כלל ישראל האט זיך פאראייניגט מיט אן ערנסטקייט, לאמיר כאטש האפן אז דאס זאל אנהאלטן ווי לענגער לכה"פ דא אויף היידפארק. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כלל ישראל פאראייניגט — עת לחשות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext