אוי געוואלד!!!
מיר אלע ווייסן אז בשעת צרה שרייט מען "לא עת לחשות",
ס'איז "עת לדבר",
און אצינד איז זיכער עת לדבר!!!
קומט דא דער דוד מיט זיין פארקרומטן קאפ און שרייט "עת לחשות"
ניין דוד, לא עת עת לחשות...
ס'איז עת צו שרייען,
גייטס ארויס פון ציוניסטישן בית המשפט!!!
לאמיר זיך אויפירן בדרך התורה,
אויב האבן מיר א סכסוך לאמיר זיך פירן בדרך התורה,
לאמיר גיין צו דין תורה,
איז שוין נישטא קיין ערליכע רבנים?
זענען נאר רבנים נוגעים בדבר ערליך און קראנט?
דוד, אצינד איז די צייט פאר חשבון הנפש,
אצינד ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער,
ווען כלל ישראל כולם כאחד זענען צובראכן אויף שברי שברים
פון די שרעקליכע טראגעדיע זאל זיך יעדער פארנעמען אויף צו גיין נאר בדרך התורה,
וזאת התורה לא תהא מוחלפת, אין אלע קרייזן ווי עס איז דא א סכסוך
פארשטייט יעדער אז "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"
און מען גייט לפני דייני ישראל מפשר ומתווך צו זיין די סכסוכים,
בלויז איין קרייז איז דא וואס איין צד קומט כסדר מיט לעכערליכע נימוקים
און תירוצים פארוואס זיי זענען נישט מחוייב זיך צו שטעלן צו דין תורה
און אצינד איז די צייט זיך צו ברעכן און זיך צו שטעלן צו דין תורה
ובשכר זה וועט דער הייליגער באשעפער מסיר זיין חרון אפו פון כלל ישראל
ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
 |
|
|