נעכטן איז אנגעקומען אויף די פאסט א מעמבערשיפ אפליקאציע, וואס יעדער וואס איז געווען אדער וויל יעצט ווערן א מעמבער דארף עס אוטנערשרייבן.
איך וויל נישט קיינעם אויפרעגן,און ביטע זייט נישט בייז אויף מיר, איך בין נאר כתלמיד הדן לפני רבו.
אין מיינע אויגן קוקט אויס די אפליקאציע - עכ"פ פאר קרית יואל'ע אידן, אזוי ווי דער שעבוד הגוף והנכסים וואס די זאלי'ס האבן פארלאנגט מען זאל אוטנערשרייבן תשנ"ט
מיר אלע געדענקן באלד א יאר צוריק די הערליכע געהויבענע וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן אין קרית יואל פאר די ראשי קהלה פארגאנגענעם ווינטער תשס"ח, ווי דוד עקשטיין האט געווינען מיט א לענדסלייט פון קרוב צו צוויי הונדערט שטימען, ס'איז געווען א בחינה פון כאפסט א פראסק אדער יא!
נו אין אנו יודעים מה יולד יום, אבער זיך גיין משעבד זיין אזוי מיט אלע מפרשים פאר א קהלה וואס איז נישט אויף קיין רעלסן, פארוואס?
איך פארשטיי אז מן הסתם האט דאס מיט לעגאלע זאכן, אבער איז דאס גענוג אויב איינער קויפט א חלקה, אבער סתם פארן המון עם.
און קומט נישט מיט קיין תירוצים אז טאקע זייט די וואלן רוט ער איין, מען האט אריינגעשטעלט אליעזר ווייס וכו' וכו', ס'איז אלעס גוט אויף לשעה, למעשה איז ער פרעזידענט לעגאל.
און למשל אויב חלילה פאסירט אזוינס נאכאמאל און עטליכע יאר ארום, צו ער צו א צווייטער באשליסט אז עס ער איז ערוועלט פון 200 אידן, און לאמיר זאגן אז דעמאלטס וועלן יא זיין אידן וואס וועלן נעמען שריט, ען מען זיך שטעלן אויפן קאפ.
און איך טו ווידערהאלן, איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך האב דערווייל געלייגט די אפליקאציע אין א זייט, יבא יומו, איך פרעג נאר דעם ציבור, און ביטע ענטפערן נאר ווער ס'האט א קלארע הסבר, נישט סתם צוריקשיסן
קען מיין אונטערשריפט בעקפייערן שפעטער, נאכדעם וואס אזעלכע וואלן פון ווינטער תשס"ח זענען פארגעקומען
יא אדער נישט
און פארוואס