רבינו שליט"א האט נעכטן גערעדט זייער א שארפע דרשה, בתוך הדברים האט ער ארויסגעברענגט אז די 10 דאלאר איז כופר נפש, און טאקע נישט צו באצאלן די שאדן, די שאדן איז סאך גרעסער.
ער האט געזאגט, עטס דארף נישט מורא האבן פון מיין הקפדה, עטס דארף מורא האבן פון די הקפדה פון טאטן ז"ל און פון פעטער ז"ל וואס זענען סמוך ונראה צו די ישיבה און זענען משגיח בעינא פקיחא אויף אונז, בקול רגש האט דער רבי געזאגט, איך האב מורא פאר די הקפדה פון טאטן ז"ל און פון פעטער ז"ל, דער פייער איז א בזיון פאר זיי, איך האב מורא די הקפדה זאל חלילה קיינעם נישט שאטן, ער האט דערציילט וואס איז געווען אין צייטן פון דברי יואל ווען בחורים האבן געטון אזעלכע אדער ענליכע זאכן, און ביזן היינטיגן טאג זעט מען ווי די הקפדה האט געשאדט.
און דערפאר האט ער מחייב געווען יעדן צו געבן 10 דאלאר כופר נפש, און געהייסן אז יעדער זאל היינט נאכן דאווענען אויסזאגן א יום תהלים להסיר חרון אף.
|
|