בית פורומים כל העולם כולו

שטנא נצח !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2008 03:07 לינק ישיר 
שטנא נצח !!!




וויפיל די משפחה האט זיך איינגעבעטן ביי די פארשאלטענע ציונים אראפ נעמען זייערע טמא'נע לאפעס פין די קדושים
האבן זיך די אפוקרסים נישט צי געהערט צי די וויי געשריי.





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2008 14:46 לינק ישיר 

ווער ס'איז נאך געווען מסופק אויב די ציונים זענען געווען גערעכט, איז כדאי ער זאל דורכליינען דעם פאלגנדן לינק אין בחדרי חרדים: http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=7600&cat_id=1

אפילו די לינקע זענען שוין מודה אז ס'איז געווען און אומדערהערטער אכזריות מצד די ציוני'סטישע רוצחים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2008 00:38 לינק ישיר 

דא זעהט מען קלאר אז זיי האבן אלע ארונות די זעלבע באדעקט, קודם ארום גענומען מיט די ציוניסטישע פאן, דערנאך ארויפגעלייגט פון אויבען א קליינע (פחות משיעור...) טלית יוצא צו זיין אידישקייט.


























דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2008 23:22 לינק ישיר 

די דגל הכפירה באדעקט מיט א טלית





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 20:47 לינק ישיר 

בשמחה תמיד,

עס ווינדערט מיר אז ווען מען איז מעורר אידן איבער א געוויסע ענין וואס איז אויך בבחינת "שטנא נצח" אין דארף אויך האבען א תיקון, ווערט עס אנגעריפן "פאליטיק" אין "משוגע".

ווי אויך א ישר כח פאר דיר פאר דיין בקשה פין אפהאלטען פאליטיק אין די צייט פין טרויער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 19:41 לינק ישיר 

אברמי, שקויעך פארן שרייבן אפילו ביסט נישט אין די גיסטע....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 19:37 לינק ישיר 

באקומען אין אישי, אן קיין שום הגהות.

[אברמי, איך בין נישט אין דער גיסטע יעצט צו שרייבען גארנישט, אויב די וואלטס דא געווען אין געהערט ווי די קליינע קינדער זאגען קדיש - בין איך זיכער אז די וואלטס נישט געווען ביזי מיט די שטותים וואס די קינדער אויף היידפארק שרייבען!,

אבער אלץ ידיד נפש געב איך דיר דא איבער אפאר קליינע פאקטען אויף וואס די האסט מיר געפרעגט, אין איך האף אז נאכדעם וואס די וועסט הערען די טעיפ'ס פון די לווי וועסטו זיך אננענמען פונקט ווי מיר - נישט צו שרייבען מער אויף די פלעצער.


די רבי איז נישט געפארען דאנערשטיג וויבאלד די רבי האט נישט געוואלט אנקומען ערב שבת, וואס איז געווען שבת אין מאנסי דארפסטו פרעגען ----, איך בין נישט דארט געווען.

וויבאלד די פליגער וואס פליט טעגליך פון אינדיע האט נאר פלאץ פאר איין ארון, האט אל-על קודם געבעטען 150 טויזענט דולר כדי צו שיקען א ספעציעלע פליגער צו נעמען די ארונות, נאר נאכדעם וואס אלע משפחות האבען געלייגט לחץ אויף די ממשלה, האבען זיי מסכים געווען צו שיקען א פליגער פון זייער צבא, די משפחות האבען נישט פרובירט צו שיקען אן אייגענם פליגער, אדרבה.

מוצאי שבת איז די רבי געפארען צוזאמען מיטן מחותן מיט אל-על פון קענעדי, די צוות האט זיך שיין צוגשטעלט צי די גאנצע משפחה, זיי האבען איבערגענומען די פעקלעך גלייך ביים טיר, ---- --- האט איבערגעגעבען אלע פאספארטען אין מען האט נישט געדארפט ווארטען אין קיין שום בדיקות, די מחותן מיט די גאנצע משפחה זענען קודם ארויף אויפען פליגער, ווען די משפחה איז שוין ארויף אויפען פליגער האט זיך די רבי אוועקגעזעצט אויף א בענקעל, אין זיך גענומען וויינען בדמעות שליש וואס איך האב אין מיין לעבען נישט געזעהן!

בנוגע דעם ווארטזאגער בשם די משפחה וואס האט זיך געלאזט אינטערוויאען בראיון בלעדי, אז די משפחה בעט נישט צו לייגען די דגל וכו', קען איך דיר נאר זאגען וואס איך האב געהערט דא, לא דובים ולא יער! קיינער האט אים נישט געשיקט רעדען צו די פרעסע, ער האט פארקויפט אז ער איז געווען זיין חברותא, קען זיין! אבער פאר די לעצטע יארן האט ער אים נישט געקענט וד"ל, אין בשעת שמתו מוטל לפניו האלט איך נישט ביים רעדען פון דעם נושא, עס האט אינז פשוט אויפגעגעסען צו זעהן ווי איינער זיכט תשומת לב אויפען חשבון פון א ציבראכענע משפחה און קהלה.

בנוגע דעם דגל, עס איז קלאר אז עס האט אינז אויפגעגעסען דאס צו זעהן, ווי הקדוש לייביש איז ארומגענומען מיט א פאן וואס זאגט כפירה באלוקי ישראל, אבער די משפחה האט בשום אופן נישט געזיכט אז מען זאל רעדען דערפון, דאס דארף נישט זיין די נושא אין אזא ביטערע טאג, ווען די מדינה האט געוואלט האבען א חלק אין די לווי' אזוי ווי אין כפר חב"ד האט מען זיי מסביר געווען מיט שיינעם אז מיר ווילען נישט, אין זיי האבען דאס פארשטיינען.

איך בין געשטאנען לעבען ר' ---- אין לוד ווי אויף זיין רעכטע זייט זענען געלעגען די דגלים, זיין דאגה איז דאס נישט געווען, ער איז געשטאנען אין געזאגט תהילים מיט בכיות אויסעווענדיג, זיין דאגה איז געווען ווי אזוי די משפחה וועט דאס אויסהאלטען,


הלוואי וועט ארויסקימען פון דעם ביטערען מצב אז די קינדער וועלען זיך אויפוועקען אין זעהן אז די אלע פאליטיק איז שטותים, ווען די רוצחים זענען אריינגעקומען אין בית חב"ד האבען זיי נישט געפרעגט קודם די קדושים פון וועלעכע גרופע זיי זענען!, זיי האט נישט אינטערסירט גארנישט נאר אז זיי זענען אידן! געדענק דאס און וועק דיך אויף!

ידידך, ---- -----






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2008 18:54 לינק ישיר 

אויב אזוי דעמאלט צו איך צוריק און איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 16:59 לינק ישיר 

הרב זיסקייט, די משפחה איז געווען גרייט צו צאלן 115,000 פאר א פריוואטן פליגער, אבער די רוצחי הנפש פון מדינת ישראל האבן פשוט 'געמוזט' צוענדיגן דעם זשאב וואס די רוצחי הגוף האבן אנגעהויבן, מיט פאראורזאכן דעם שרעקליכן צער פאר די נשמה הטהורה און דעם שענדליכן בזיון המת.

לאמיר האפן אז דער לעצטער, און גרעסטער, צער זאל שוין טאקע בלייבן דער לעצטער צער פאר די אומגליקליכע נשמות, ויהי חלקינו עמהם אין לעכטיגן גן עדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2008 16:40 לינק ישיר 

דאס איז ליידער א חלק פון די טראגעדיע, פונקט ווי די טעראריסטן האבן פארכאפט דעם "נארימאן הויז" און דערקלערט זייער בעלות, אזוי האבן די ציונים פארכאפט דעם כלל ישראל און דערקלערט בעלות. ואין לאיל ידינו. מען האט זיך נישט גערעכנט מיטן צער פון די משפחה, מיטן צער פונעם נפטר וואס האט בחיוו נישט געהאט קיין שייכות מיט דעם בלוי און ווייסן שמאטע, נאר אפילו פאר סתם א חרדישן איד איז דאס א צער און א ווייטאג אז מען זאל לאחר מוע"ש דורכפירן די חוקות הגוים פון לייגן פענער אויף זייערע געפאלענע פגרים.
בקרוב וועלן מיר שוין זוכה זיין צום "ושבור עול הגוים "ועול הגליות" מעל צאוורינו"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 15:05 לינק ישיר 

זיסקייט

די משפחה האט געהאלטן ביים צושטעלן א פריוואטע פליגער דערפאר, די מדינה האט נישט געלאזט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 08:29 לינק ישיר 

1. מען האט איבערגעדעקט אלע ארונות מיט טליתים אויף די פענער, זעט אויס אז די טייטלבוים משפחה איז נישט געווען די איינציגסטע וואס האט פארפירט דערוועגן.

2. איך בין פונקט אזא אנטי-ציוני און נאכמער ווי ענק אלע, אבער עטס טרייבטס איבער. די ציונים האבן צוגעשטעלט דעם עראפלאן, די פארענזיק עקספערטס, די זק"א וואלונטירן,  א.א.וו. פארשטייט זיך אז זיי האבן עס געטאן כדי אויסצונוצן די שרעקליכע טראגעדיע פאר נאציאנאליסטישע צוועקן. אבער אויב האט מען געוואלט אז די ציונים זאלן נישט מאכן קיין טראסק אין עירפארט, האט מען געדארפט מעלדן אז מען וויל אליינס זיך אפגעבן מיט'ן נפטר הי"ד און אים ארויפברענגען מיט אן אייגענעם עראפלאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 04:35 לינק ישיר 

משוגע האט אויך א גבול. פון יעצט און ווייטער ווער עס וועט אריינמישן פאליטיק אין די טרויעריגע באריכטן וועט זאפארט אפגעשלאסן ווערן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 02/12/2008 7:14:13

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 04:00 לינק ישיר 

מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער פין די משפחה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטנא נצח !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext