| נשלח ב-3/12/2008 20:53 |
|
| |
קדושי מומבעי זענען "נישט" געפייניגט געווארן.
אין קאנטראסט צו פרעסע-באריכטן, געפיטערט פון געוויסע צעהיצטע זק"א פערזענליכקייטן, וואס האבן געווארפן פילע אומפאראנטווארטליכע סתירה'דיגע סטעיטמענטס פאר די פרעסע, זאגט נעכטן א דאקטאר וועלכער האט אבזערווירט די קערפערס פון די קדושי מומבעי, אז די קערפערס האבן נישט געוויזן קיין שום צייכן פון פייניגונג.
די הרוגים זענען ווארשיינליך ערמאדערט געוורארן דורך עמיוניציאן פון א ביקס אדער גראנאטן באמבעס.
http://www.yiddishworld.com/index.php?option=com_news&id=5020&view=article
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2008 01:40 |
|
| |
נארישע מענטשן במחילה מכבודכם!
מ'טענה'ט זיך ארום איבער דמיונות והבלים. וואס איז דען א נפקא מיני' אויב זיי זענען נפטר געווארן דורך א ביקס און תיכף יציאת נשמה צו בהתחלה אדורך מיט פחדים וצער פון די מחבלים.
כלפי שמים איז אלעס גלוי וידוע און אז זיי זענען קדושים שנהרגו על קידוש השם איז א קלאהרע מאמר חז"ל.
זאל השי"ת העלפן אז זייער ביטערע רציחה זאל מכפר זיין אויף די עוונות הדור און מ'זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א גאולה שלימה אהנע חבלי משיח.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2008 01:30 |
|
| |
יו טי עי, האסט עפעס א סיבה פארוואס דו ווילסט שטופן די נארישע קאנספיראציע? האסט עפעס אן אגענדע צו וואס?
איך האב גערעדט צו עטליכע פון די הויפט עסקנים אין תולדות אברהם יצחק.
אויב עפעס האט ר' לייבוש געליטן די ווייניגסטע פון יעדן וויבאלד ער איז לכאורה תיכף אומגעברענגט געווארן, ווען ער האט נאך געהאט די גמרא אין די הענט און געהאלטן אינמיטן די לערנען.
די טעראריסטן האבן געלאזט ליגן זיין קערפער אויפ'ן זעלבן פלאץ פאר די צוויי טעג וואס זיי האבן געהאלטן די בילדינג. און ס'איז זייער א נארמאלע זאך ביי יעדן טויטן מענטש אז נאכ'ן ליגן אפאר טעג קען זיך זיין אויסזען אביסל פאראנדערשן. אין יעצטיגן פאל איז דער קאפ פון ר' לייבוש געווען שווארץ וויבאלד דאס בלוט איז אים אריין אין קאפ, אבער עס איז נישט געווען קיין ספק ביי די עדות וואס קענען אים און האבן אים געזען אז ס'איז טאקע ער.
יעצט איבער די בילדער, ווי דו ווייסט אליינס איז די פיס פון א מענטש געווענליך פראפארשאנעט צו די קערפער, א גרעבערער מענטש האט דיקערע פיס.
ר' לייבוש איז געווען פיל מאגערער ווי דער פיגור וואס דו זעסט באדעקט מיט'ן טלית, נאר דער אויבערשטער טייל פון זיין קערפער קוקט אויס סאך גרעסער וויבאלד דארט האט מען ארויפגעלייגט אלע זיינע פארבלוטיגטע קליידער און אויך די גמרא, וואס איז באגראבן געווארן אינאיינעם מיט אים.
און דא קומען מיר צו צו די אמת'ע פראבלעם מיט'ן בילד, און דאס איז אז דער נפטר איז נישט באגראבן געווארן מיט זיינע מלבושים, אנדערש ווי ס'שטייט אז ווען א איד ווערט גע'הרג'עט דורך א גוי באגראבט מען אים אנגעטאן מיט די מלבושים, און מען טוט אים נישט אן קיין תכריכים כדי ער זאל אזוי ארויפקומען אויבן אין הימל און איינרייסן וועלטן.
אבער דא זענען געקומען די ביקעס פון זק"א וואס קענען נישט קיין הלכות און זיי האבן איבערגענומען קאנטראל פון די גאנצע קריים סין און זיי האבן געלאזט פאר די אינדיער פאליציי אראפצונעמען די מלבושים פון דעם נפטר, און אין אזא פאל איז די הלכה אז מען טוט יא אן פאר'ן נפטר תכריכים.
אלזא, וויבאלד זיין קערפער קוקט אויס סאך גרעסער צוליב די זאכן וואס ליגן אויף אים, וועגן דעם קוקן די פיס אויס סאך קלענער און וועגן דעם קומען תמימי לב און זאגן אז ס'פעלט אים די פיס, אבער דאס איז א נארישער דמיון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2008 00:10 |
|
| |
די בויך אינמיטן איז פון די אלע צוזאמגענומענע בלוטיגע זאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 23:59 |
|
| |
וואס בילד ווען בילד, די האסט א בילד, ברענג אהער
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 23:49 |
|
| |
א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 23:44 |
|
| |
שטותים והבלים די גוף איז געווען גאנץ, די פראבלעם מיט די עגונה איז געווען פשוט, מען דארף צוויי עדים זאלען עדות זאגן אז זיי דערקענען דעם מענטש, נישט פין קיין פעסער אדער בילדער וכו', אין אינדיע איז נישט געווען קיין איינער אזאנס, חוץ. א משגיח פון וואלאווער וואס איז אהין געפארען אין מיטען פין די פרשה, ר' מאיר ברנסדארפער האט זיך נישט געוואלט אויף דעם סומך זיין, ווייל דער משגיח האט איהם נישט גוט געקענט, נאר געזעהן איינמאל פאר א האלבע אדער א יאר צוריק
ווען מען האט געברענגט דעם נפטר קיין ארץ ישראל און געפירט קיין אבו כביר, זענען אראפ געגאנגען 2 אינגלייט פון תולדות אברהם יצחק וואס האבין איהם גוט געקענט, ר' מ.ד. ר' ש.ג און זיי האבין איהם אינדענטצפירט, און ווי זיי געבען איבער, איז ער געווען גאנץ ער האט געהאט צוויי סימנים פון קוילען, און אויסער די נארמאלע צושטאנד פון ליגען א פאר טאג איז גארנישט געווען
ויסתם פי דוברי שקר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 23:01 |
|
| |
די רוצחים זענען געווען באוואפנט ביז די ציין מיט די שעדליכסטע געווער, אזא סארט אקציע איז אזוי אויסגערעכנט מיטן ציל צו הרגענען וואס שנעלער וואס מער קרבנות, אזוי האבן זיי געטאן אין די אנדערע מקומות, ביי די האטעלן אין די טרעין סטעישנס, די איינציגע באווייזן זענען געווען די קוילן און די גראנאטן, וואס זענען ליידער די והותר צו ציפיצלן א קערפער, עכ"פ די אלע גאסן מעשיות אפי' פון עדה ראי' מיינט זערא, ס'נישט געווען קיין שום פארענזיק אינטערזוכונג, אדער אטאפסי, ממילא איז "אומעגליך" צו וויסן. נאכאמאל "אומעגליך" צו וויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 22:53 |
|
| |
שקל שלם, איך רעד נישט פין די חלק ווען זיי זענען נפטר געווארען, איך רעד פין די גאנצקייט פין די קערפער.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 22:42 |
|
| |
א שטיקל ראיה צו קושקע
פון גאנץ א קראנטן מקור האב איך געהערט דעם אינהאלט פונעם שמועס צווישן מרן מסאטמאר שליט"א און הגה"צ מוואלאווע אין JFK פארגאנגאנעם מוצש"ק
צווישן די ווערטער
רבינו שליט"א: לכאורה זענען זיי גראד נפטר געווארן נאך אינעם ערשטן טאג
הרב מוואלאווע: פארוואס האלט איר אזוי ?
רבינו שליט"א: לבי אומר לי אז אויב מ'איז אין די הענט פון אזעלכע רוצחים איז נישט מעגליך אז זיי זאלן זיך איינהאלטן אפילו איין מינוט
עכת"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 21:59 |
|
| |
ביסט שוין (אביסעל..) מודה אז די גוף איז נישט גאנץ, נאר ס'נישט קלאר אויפן בילד, אין אפילו אזוי קען זיין אז ס'געשעהן לאחר מיתה, אין אפילו לאחר מיתה קען זיין דורך די קאמאנדאוס. (ביי די וועי אונז גלויב מיר לאחר מיתה טוט מער וויי ווי חז"ל זאגען)
עכ"פ האט ארויס געזויגען אן החלטה, אן קיין שום מקור (עכ"פ נישט שטערקער פין פארקערט).
תוקן על ידי UTA ב- 03/12/2008 22:08:22
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 21:42 |
|
| |
ווי פעלט? ווען פעלט? עכ"פ "קלאר" איז עס זיכער זיכער נישט. נאך א יענטישע מעשה, וואספארא מעשיות דרייען זיך ארום, ס'מיטאמאל אינטערסאנט זיי נאכצוזאגן
און אפי' יא איז בכלל נישט מוכרח אז זיי זענען געפייניקט געווארן איידער זייער טויט,
אויב די קוקסט אויף די בילדער פון די חורב'ע חב"ד הויז, וועסטו זעהן אז דיקע שטיינערע ווענט זענען אויפגעבלאזן געווארן, נו, אז אזא באמבע פלאצט אויס אויף א מענטשליכע גוף, איז א נס אז עס בלייבט 1 אבר גאנץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/12/2008 21:23 |
|
| |
פארוואס גלייבסטו ענדערש די צווייטע דאקטאר?
מען זהעט קלאר אויף די בילדער פין די לוי' אז די פיס פין א"ל ט"ב פעלן אים ל"ע.
אין פאר א סיבה האט זיך פארלאנגט א מושב ב"ד מתיר עגונה צי זיין זיין פרוי ווייל מען האט "נישט" דערקענט זיינע קערפער!
|
|
|
|
|