ר' משה מנחם איז שרעקליך ציווילדערוועט ער קאלט אינגעלייט און עלטערן אז מען זאל נישט גיין צום דיין שיעור, ער סטראשעט מיטן ארגסטען, אלעס ווייל ר' משה מנחם שיעור גייט אונטער און האלט ביי א שרעקליכע גסיסה ביי א נישטיגע 11 מענטשען (האלב דערפון אלטע וואס קומען מחזק זיין...), בשעת דער דייין שליט"א לערנט פאר א הערליכע ריזיגע שיעור, פאר א ציבור פון אן ערך 55 אינגעלייט.
ר' משה מנחם האט איינגעשפאנט זיינע בחורים שלעגערס, און זיי האבן זיך די וואך זינטאג אריינגעכאפט אינעם היכל הכולל און צוריסן צופליקט די ספרים וואס דער דיין האט געהאט דארט, אויך פרעזנליכע תורה כתבים פונעם דיין, אזוי אויך האבן זיי אנגעשפירצט די ביהמ"ד מיט מיאוסע אויפשריפטען קעגן דיין שליט"א.
ר' משה מנחם ישיבה אין מאנטריאל געפינט זיך היינט אין א שרעקליכע געמיינע טמא'נע מצב, ממש די ערגסטע וואס איז שייך, אבער ר' משה מנחם אינטערסירט גארנישט נאר אז ער זאל האבן אפאר בחורים חיות וואס זאלן טאן רציחה און שפיכת דמים פאר אים.
|
|