באמבע: הרב מבלעקבערי מסרב לדין!
יעקב בער טייטלבוים האדמו"ר מבלעקבערי, דער צוקופנטער ממלא מקום פון זיין הייליגען טאטען ר' זאלי, איז געריפען געווארן צו דין תורה דורך ר' נחמן בראך, צוליב וואס יעקב בער פירט אן די קלאקע קעגן די הויז בית יואל אויף בעדפארד פון מרן רביה"ק זי"ע אין וויליאמסבורג, וואס די רעבעצין האט געשענקט פאר נחמן בראך, ער וויל ארויסווארפען די אלע בני יואל וואס דאווענען דארט אין זיי שיקן לעזאזל.
יעקב בער פירט אן די קארט קעיס אן קיין שום היתר בי"ד מיט מסירות ומלשינות קעגן נחמן בראך, און וויל אוועק נעמען די הויז פון נחמן בראך, און וויל נישט ארויסגיין פון קארט קעגן אים, די בי"ד האט אים שוין געשיקט 3 הזמנות און יעקב בער פייפט זיך אריין אינעם בי"ד, און זאגט אז ער גייט נישט צו קיין דין תורה.
איצט זאגט בי"ד אז זיי גייען ארויסגעבן א סירוב קעגן אים ווייל ער פאלגט נישט דעם בי"ד און פייפט זיך אריין אין זיי.
|
|