בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס פונקט בית חב"ד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2008 05:11 לינק ישיר 
פארוואס פונקט בית חב"ד?

כ'ווייס אז ס'איז נישט פאליטיש קארעקט, און כ'וויל חלילה נישט אויסזען ווי קיין "רוקד על הדם", אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן.

אזויווי חב"ד זוכט אויסצונוצן די שוידערליכע טראגעדיע פאר פאליטישע צוועקן, און זיי גרייטן זיך יעצט צו א ריזיגן כינוס פאר די שלשים פון די קדושים הי"ד וואס זאל אינאיינוועגס דינען דעם צוועק פון לעגיטימיזירן חב"ד און זייערע אפגעפרעגטע פעולות ביי די גאנצע חרדי'שע וועלט, שפיר איך פאר א פליכט ארויסצוברענגען מיין פריוואטע מיינונג דא אויפן פארום - איך פארטרעט נישט קיינעם, און קיינער מוז נישט מיט מיר איינשטימען.

די וועלט'ס פרעסע האט נאכאנאנד געפרעגט די פראגע בשעת'ן אנאליזירן די בלוטיגע טעראר אטאקעס: פארוואס האבן די טעראריסטן אויסגעקליבן דעם בית חב"ד? אין אינדיע זענען פאראן אנדערע אידישע צענטערן וועלכע זענען פיל גרעסער מיט פיל מער באזוכער, זייער מעסעדזש צו די וועלט קעגן מדינת ישראל וואלט פונקט אזוי אנגעקומען, און די פאטאליטעטן וואלטן חלילה וחס געקענט זיין פיל גרעסער, היל"ת?!

דער תירוץ דערויף איז ליידער גאר א פשוט'ער, די לעצטע יארן איז דער חרדי'שער ציבור געווארן גאר מיליטאנטיש געשטימט אין אלעם וואס איז נוגע מדינת ישראל/צוריקגעבן שטחים, און די וועלט איז דאס צוביסלעך געוואויר געווארן. דער גרעסטער טייל פון די שולד דערפאר טראגט חב"ד און דער אף שעל קאמפיין וואס זייער מנהיג האט איינגעפעדעמט - צוערשט אונטערן מאנטל פון "פיקוח נפש" און שפעטער מיטן אפענעם ציל פון האלטן "ארץ ישראל" אין "אידישע הענט".

איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער דער שוידערליכער פאל מיט די רוצחים אין בית חב"ד דערמאנט דעם טרויעריג באקאנטן משל וואס רביה"ק זי"ע ברענגט אין ויואל משה, מיטן צינדער וואס האט געוואלט ווערן דער לעשער. ס'איז נישט ממש משל דומה לנמשל, און קיינער איז נישט גענוג נאריש צוצושרייבן דעם בלוטיגן אקט גענצליך פאר די חב"ד פעולות, אבער בלויז א בת היענה וועט פארלייקענען די ראלע וואס דער התגרות באומות אין די לעצטע שטיק צייט מצד אידן אין בארד און פיאות האט געשפילט אין די דאזיגע אטאקע.

מאכט נישט קיין טעות, ס'איז קיין ספק אז טייל פון די חב"ד פעולות זענען אויסערגעווענליך וויכטיג פאר אידישקייט, ספעציעל אין די פארווארפענע מקומות. איך פערזענליך וועל נישט קווענקלען קיין רגע אריינצוגיין אין א בית חב"ד אין כינע אד"ג צו דאווענען מיט מנין, עסן כשר'ס, אא"וו. אזוי אויך האבן די האלצבערג שלוחים הי"ד א ריזיגע קאנטע פון געוואלדיגע אויפטוען למען כבוד שמו יתברך.

אבער מ'קען נישט און מ'טאר נישט לכבוד דעם פארקוקן די ביטערע קאנסעקווענצן ברוחניות ובגשמיות וואס חב"ד'ס שפארבערישע אקטן האבן געברענגט אויפן גאנצן יהדות החרדית.

און אגב איז דער ביטערער אומגליק אויך א רוף צו אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, אז מיר דארפן מער ארויסברענגען פאר די וועלט די התנגדות פון ערליכע אידן צום רעיון הציוני, און באזונדער די התגרות באומות וואס קומט פאר היינט צו טאג דורך מדינת ישראל. ווי ביטער איז די איראניע פון די השגחה ווען א פלאם פייערדיגער קנאי, א סאטמארער חסיד, אן איידעם ביי איינעם פון די גרעסטע קנאי'שע רביים פונעם ישוב הישן אין ירושלים עיה"ק, זאל אזוי טראגיש אומקומען על קידוש השם דורך די בלוטיגע רוצחים וועלכע נוצן אלס אויסרייד פאר זייער בלוט פארגיסונג די שעדליכע אקטן פון די גאסט געבער פאר זיינע גאסט געבער?!
 
נ.ב.
דאס נעמט נישט אריין די דעבאטע איבער די עצם "שליחות" אקטן צי ס'איז אויסגעהאלטן.

תוקן על ידי געגאנגען ב- 12/12/2008 5:09:05




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2008 02:32 לינק ישיר 

די צענטראלע נקודה איז דער פאקט פארוואס זיי האבן אויסגעזוכט פונקט דעם בית חב"ד. יעדער נארמאלער פארשטייט אז דער אראבער ווייסט נישט דעם אונטערשיד צווישן א ביבער הוט און א קנייטש הוט, אדער קיין הוט בכלל. ער ווייסט אבער יא זייער גוט אז די חב"ד באוועגונג איז פון די הויפט שטיצער אנצוהאלטן דאס וואס ער באטראכט אלס "כיבוש" פון זיין לאנד. אויב דער סאטמארער איז דארט, ווערט עס באטראכט אז ער איז אויך איינשטימיג מיט זייער שיטה - טאקע דערפאר וואס דער רוצח ווייסט קיין אונטערשיד צווישן די הוטן.

איך בין נישט קיין אינדיאנער, אבער איך האב געהערט פון אידן וועלכע האבן דארט באזוכט, ווי אויך געזען אין די פרעסע אין לויף פון די באריכטן, אז אין אינדיע זענען פאראן אנדערע גרעסערע אידישע צענטערן. כ'גלייב אז דו ווייסט אויך אז אין אינדיע האלטן זיך אויף מער אידן/ישראלים ווי די עטליכע צענדליגער וואס געפינען זיך אין בית חב"ד.

אדרבא, א רעטארישע פראגע, אויב למשל נטורי קרתא וואלט געהאט א צענטער אין אינדיע פאר געסט, וואלטן די אראבער דאס אויך אטאקירט?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2008 06:19 לינק ישיר 

געווענליך וואלט איך מורא געהאט צו זיין מחולק מיט דיר, ווער ווייסט דער מנהל קען זיך נאך פאר דיר אהנעמען....
אבער היות די שרייבסט אז מען מעג מיט די מחולק זיין וועל איך אויסניצען דער געלעגענהייט.....


אהן אריין גיין אין די סאטמערע שיטה, ביסט פאקטועל נישט גערעכט.

די טעראריסטען איז נישט קיין חילוק צווישען א סאטמערע און חבדניק, באבאווער (סיי וועלכע) אדער תוא"י צו תו"א.

דיינע ווערטער זענען פונקט אזוי ווי די וואלסט געהערט א  תולדות אהרן חסיד זאגען אז די טעראריסטען האבען בכוונה געהרג'ט די איידעם פין תוא"י ווייל ער איז ... וכו'.. צו ווען א א חסיד פין רמ"ד וואלט געזאגט אז זיי האבען אומגעברענגט א חסיד פין 48 ווייל ער איז חסיד פין דארט. (זיי זאגען נישט אזוי).

זיי נישט קיין נאר, רעד נישט קיין שטותים, זיי איז נישט קיין חילוק צווישען דיר מיט טשולענט טעפעל אדער פלאכע ביבער היט, צו יענער מיט א אראפגעבויגענע היט און א פראק.

יעצט צום ענין, האסט אויך דערמאנט אז עס דא גרעסערע אידישע צענטערען, ווי אייגענטליך?? געדענק אויך אז זיי האבען געזוכט פלעצער מיט אויסלענדישער מענטשען.

און ווי קומט אריין די שטחים צו די אינערליכע פאליטיק פין קאשמיר??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס פונקט בית חב"ד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext