זאליס גיסן אויס כעס אויף רבי יצחק שליט"א
די זאליס האבן היינט צוהאקט אפען באפעל פון ר' חיים צבי ט"ב אן הייליגן ארון הקודש אין ביהמ"ד אינם שיכון ויואל משה ירושלים.
וואס איז די חטא פונעם ארון הקודש?
ווייל מיט אן ערך פון א 15 יאר צוריק האט עס מנדב געווען הרבני הנגיד הטפסר מקים ובונה עולמה של תורה הרב החסיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א וויצע פרעזידענט דקהל יטב לב דסאטמאר.
יעצט אלס זייער ביטערע כעס וואס קהלתינו הק' בכלל און רבי יצחק בפרט האבן געמאכט אן והשיב את הגזילה און איבערגענומען גענצליך די בית החיים דקהלתינו בקרית יואל, האבן זיי אויסגעגאסען זייער ווילדען כעס און ברויז אפען הייליגען ארון הקודש.
|
|