| נשלח ב-14/12/2008 06:56 |
|
| |
שארפער בריוו פון סאטמאר (רח"י) קעגן סאטמאר (ר"א)
אין מאנסי האט סאטמאר רח"י ארומגעשיקט א שארפע בריוו קעגן סאטמאר ר"א. זיי שרייבן אז סאטמאר ר"א האבן אלעמאל גע'טענה'ט אז זיי זוכן נישט צו טשעפענען סאטמאר רח"י נאר זיי ווילן סתם מאכן שבת פאר זיך, אבער יעצט האט סאטמאר ר"א ארויסגעוויזן זייער אמת'ן פרצוף מיט'ן ארומשיקן א בריוו פאר אלע סאטמארער חסידים אין מאנסי אז נאר די וואס צאלן פאר סאטמאר ר"א קענען באגראבן ווערן אין קרית יואל.
אינעם בריוו שרייבט סאטמאר רח"י אז זיי שטעלן זיך צוזאם אינאיינעם מיט סאטמאר רז"ל צו פייטן קעגן סאטמאר ר"א און אז סאטמאר רז"ל וועט פייטן פאר די רעכטן פון אלע וואס זענען מעמבערס ביי סאטמאר רח"י אז זיי זאלן קענען ליגן אין קרית יואל.
די אינטערעסאנטע שאלה איז נאר וואס וועט ר' דוד עקשטיין טאן אויב ס'וועט אמאל קומען צו א סכסוך מיט סאטמאר רח"י, היות זיין זון איז ראה"ק פון סאטמאר רח"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 23:54 |
|
| |
אויב מ'שנארט פאר א בית המדרש דעמאלטס מיינט עס אז מ'קען עס נעמען פאר זיך דעמאלטס זאל זאלי שוין אין די מינוט צריקגעבען די
בית המדרש החדש אין וויליאמסבורג
די מצה בעקעריי
די מקוה טהרה
די תלמוד תורה עטרת יואל
די תלמוד תורה ויואל משה
די מוסדות הישן אין וויליאמסבורג
די קעמפ רב טוב הישן
...........................................
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 23:37 |
|
| |
צידערזאך איך פארשטיי איך האב נאר געוואלט ציען א פאראלעל איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט יא אין וואס נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 23:31 |
|
| |
רבי יונה'לע און טאטלע;
יעדעס ווארט איז גענצליך איבריג, די סאטמאר'ע קהלה אין מאנסי איז שטאלץ מיט די דברי שבח וואס דער צד שכנגד מוז בע"כ ארויסשרייבן, אז אף על פי וואס "סאטמאר" האט רעכט צו פארלאנגן וואס עס קומט פאר זיי, האבן זיי געמאכט כלשונם הזהב: שבת פאר זיך! זיך אליין געבויעט, אליין געשוויצט, און אליין אויפגעשטעלט דעם הערליכן בית תורה ותפלה, די קהלה מיטן סאטמאר'ן רב פון מאנסי שליט"א ארבעטן אך ורק "נאר" להרמת קרן התורה דא אינעם שיינעם שטעטל מאנסי, און מיט'ן כח פון רבי'ן זאל זיין געזונט און שטארק האט מען מיט סייעתא דשמיא באוויזן וואס מ'קען.
האט "קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי" געהייסן אז מ'מוז אויפהערן באצאלן פאר זייערע שול'ן? מ'האט געזאגט אז ווער ס'וויל האבן זיין מקום מנוחה בבית החיים דקהלתינו, דארף אויך זיין א מעמבער דארט. מ'קען באצאלן אויך פאר זייער קהלה, און אויך פאר די הייליגע מוסדות חסד לאברהם, און אויך שיקן א טשעק צו קרן הצלה! מיטן בית החיים האט עס נישט קיין שייכות.
און טאקע פארוואס זאל מען נישט אויסהאלטן די שיעורי תורה וואס קומען פאר אין אונזערע בתי מדרשים וואס אידן פון דארט קומען אריבער דא הערן?? אונזערע הרבצת תורה איז דען עפעס אומזינסט?
אויב האט מען א טענה בנוגע דעם בית החיים, קען מען גיין צו דין תורה! [שוין אמאל געטראכט דערפון?], אדער קען מען שיקן אזעלכע שיינע בריוו'ן וואס זאל הייבן די אויגן ברעמען פון יעדעם..
נ.ב. ביים דעם געלעגנהייט וויל איך מיך באדאנקן פאר'ן שיינעם פשעטל, אז היות בהילו נרו על ראשינו, ביים דברי יואל ווען ס'איז נאך כלל נישט געווען א בית החיים האט מען אויך באצאלט מעמבערשיפ איז דאס א ראי' חותכות אז מ'דארף צאלן פאר מאנסי אפי' מ'האט נישט קיין קרקע.. איך מוז אייך זאגן, ס'האט זייער שיין אויסגענומען ביי מיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 23:20 |
|
| |
ער האט געשנארט הקדש געלט דערפאר!
מיינט דאס אז טאמער ער לייגט דאס אויף זיין פאריוואטע נאמען איז ער א גנב וגזלן!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 23:01 |
|
| |
אקעי יעצט טאמער בין איך מנדב א שיל פאר קהל איז עס מיינס וויל איך האב געגעבען רי געלט סדארף ליגען אויף מיין נאמען
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 22:30 |
|
| |
ער האט עס געבויט ער האט געשנארט דערפאר אויף וועמענס נאמען ווילסטו עס זאל זיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 22:14 |
|
| |
סתם פאר אינטרעסאנטקייט די בית המדרש פין ר ח"י ליגט אויף זיין פריוואטע נאמען איינער וויסט אפשר פארוואס ?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 21:18 |
|
| |
איין פורים קהלה נעמט זיך אן פאר די צווייטע.
איך סטאפ נישט צו לאכן פון די בריוון עס איז איין נחת בריוו בעסער ווי די צווייטע.
ר' חיים יושע'לע מיט זיינע יועצים האבן שוין פארגעסען די העצערישע דרשה וואס ר' חיים יושע האט געהאלטן קעגן די אהרונים.
ר' חיים יושע'לע מיט זיינע יועצים האבן שוין פארגעסען די טעראר און רשעות וואס זיי האבן אפגעטאן קעגן אנשי שלומינו אין מאנסי.
ר' חיים יושע'לע מיט זיינע יועצים האבן שוין פארגעסען די רשעות און געלט פארלוסט וואס זיי האבן געוואלט אפטאן מיטן לויפן צום פארקויפער פונעם נייעם ביהמ"ד דקהלתינו און ארויפשרויפען די פרייז.
ר' חיים יושע'לע מיט זיינע יועצים האבן שוין פארגעסען אז זיי האבן זיך צוגעשטעלט צו די רשעות און גניבה באן פון ר' זאלי.
ועל כולם.
ר' חיים יושע'לע מיינט אז די ביהמ"ד און די מוסדות זענען זיינס, ער איז א גנב וגזלן פונקט ווי ר' זאלי, די ביהמ"ד און מוסדת איז נישט זיינס נאר בגניבה, מרן רביה"ק בעל ברך משה האט אים נישט געמאכט פאר ממלא מקום, און ער קיינמאל נישט גע'חלמ'ט אז ער זיין באבובער איידעם זאל זיין ממלא מקום אין סאטמאר, ממילא איר ער א גנב וגזלן, ער האלט זיך נישיט ביים שטעלן לדין תורה אזוי ווי מען האט אים שוין כמה פעמים געבעטען ווייל ער ווייסט ביי דין תורה פארליערט ער תיכף, ממילא איז ער א גנב וגזלן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 20:09 |
|
| |
דער ישר כח קומט פאר די וואס שיקן עס אריין צו מיר אויף אימעיל
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 20:01 |
|
| |
AAAAUUUUUCCCCCHHHH
דער בן יחיד לעבט אין דיזני וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 19:37 |
|
| |
יישר כח גאסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 19:36 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 19:36 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 19:31 |
|
| |
אלזא אונזערע ברודער פון מאנסי,
זייטס נישט צובראכן,
איר בלייבט אלע מיט די זעלבע רעכטן פונקט ווי אלע וויליאמסבורגער זאלונים,
דאס מיינט, איר האט גענוי די זעלבע רעכטן ווי בנציון שווארץ און ווי די שטוהל
פאמילי, דאס הייסט, אז אויב שטארבט איר פאר כ''א כסליו וועט איר דארפן נאר צאהלן
4000 דאלאר פאר די קרקע און בערך 1000 מעמבערשיפ געלט,
און אויב זענט איר מחליט צו שטארבן נאך כ''א כסליו,
דאן וועט איר צאלן נישט מער ווי 18000 דאלאר פאר די קרקע,
און מעמבערשיפ לויט אייערע יארן,
דאס מיינט צעווישן 1000 און 20000 דאלאר,
גענוי די זעלבע רעכט ווי די וויליאמסבורגער חכמים,
יא, שיעור נישט פארגעסן, איר האט דאס רעכט צו רופן דעם קליינעם יאקאבאוויטש,
און דאן באצאלן פאר די אהרונים, און געבן א קאפי פונעם טשעק פאר יאקאבאוויטש,
אדער קענט איר מחליט זיין צו ליגן אין ניו דזשערסי פונקט וי די בריסק זאלונים
האבן מחליט געווען,
על כל פנים, איר האט אלע רעכטן וואס בנציון שווארץ האט...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2008 19:23 |
|
| |
איך האב עס אויף JPG, איך זיך אייינער זאל מיר אויסלערנען וויאזוי צי אפלאודען דא בילדער,
אימעיל מיר [email protected] א דאנק פין פאראויס.
|
|
|
|
|